בלאט 1 פון 6

...היינט נאכט אי"ה

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:36 am
דורך shem-tov
שוין א לענגערע צייט וואס 'כטראכט פארוואס קיינער מאכט נישט קיין אשכול פון פשוט'ע מודעות פון טאג טעגליכען לעבען, למשל טיי אווענטס, דינער'ס, רבי'שע חתונות, סתם חתונות, שבע ברכות, וואך נאכט'ס, יארצייט סעודות, הכנסות ספר תורה, הפגנות שונות, ניחום אבלים (אויף לווית איז שוין דא בד"ה) ועוד ועוד
פיל מאל זיצן מיר דא און ק"ש ביז שפעט און מ'דערמאנט זעך אוי כ'האב פארפאסט די גאר וויכטיגע חתונה אדער מסיבה און מ'בלייבט זיצן און שוין.
ס'איז דאך פשוט זה נהנה וזה נהנה, נישט יעדער פון אונז גייט יעדען טאג אין די גרויסע בתי מדרשים ווי מ'לייגט די אלע צעטלעך און נישט יעדער איז אויפגעסיינט אויף די אלע טוויטער אקאונטס און טעקס מעסעדשעס. מיין איך אז דא וואלט געווען דאס בעסטע פלאץ פאר דעם.

קורץ און שארף צום פינטעל
היינט נאכט מאכט דער און דער חתונה.
היינט קומט פאר די וויכטיגע פארטי
היינט קומט פאר א פעמפער אד"ג חלוקה דארט און דארט
היינט נאכט מאכט פלוני א הכנסות ספר תורה
היינט נאכט פירט דער רבי מלוה מלכה דארט און דארט

ענליך צו קול מבשר, זאל ער נעמען פון אונז און אונז פון אים,
כ'בעט ביטע, נישט קיין רעקלאמעס און נישט קיין נערישע פאליטיק.
פארשטייט זיך אז אויב מ'רעדט פון א גרויסע מעמד וועט זיך פארלאנגען און עקסטערע אשכול, אבער דאס איז פשוט געמאכט פאר אלע אנ"ש פון אלע אידישע געגענטער צו כאפן א בליק לאמיר זעהן צו איך ברויך ערגעץ צוצוגיין,
וואס זאגט דער עולם, כ'מיין ס'איז מוראדיג

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:51 am
דורך shem-tov
אלס א דוגמא.. אויף מארגן נאכט (היינט האב איך נישט געטראפן ווער סקען זאל ארויסהעלפן)

מארגן דינסטאג נאכט קומט פאר די הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג לע"נ הב' ברוך הערש כ"ץ ע"ה, דורך זיין טאטען ר' אפרים פישל כ"ץ נ"י ס'גייט ארויס אום 6:30 פון40 לארימער צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:52 am
דורך shem-tov
כ'האב שוין געטראפן
היינט נאכט קומט פאר די דינער פאר מוסד למען אחי (פאר בעל תשובה קינדער) אין וויליאמסבורג באולם אימפעריעל בשעה 8:30

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:42 am
דורך אביגדור
נדחה.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:04 am
דורך shem-tov
זייער שיינע גראמען, אבער אנטשולדיגט מיר ביטע פיר עס ערגעץ צו מער א פאסיגע פלאץ. דער אשכול האט פאטענשאל צו זיין זייער אינפארמאטיוו פאר אונז אלע, פליז פיקס עס. יישר כח

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:01 am
דורך shem-tov
בארא פארק: היינט נאכט קומט פאר די דינער פאר מונקאטש תלמוד תורה באולם עטרת גאלדא פון אכט אזייגער

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:03 am
דורך shem-tov
בארא פארק: היינט נאכט מסיבה להצלת מוסדות תולדות אהרן אין ארץ ישראל בבית ר' מענדל וואלף גרינפעלד נ"י1148 57

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:26 am
דורך shem-tov
דינסטאג נאכט קומט פאר די הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג לע"נ הב' ברוך הערש כ"ץ ע"ה, דורך זיין טאטען ר' אפרים פישל כ"ץ נ"י ס'גייט ארויס אום 6:30 פון40 לארימער צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמער[/quote]

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:03 pm
דורך דולה ומשקה
בארא פארק: דעם גרויסע "מעמד...." באולם ריגער 8:30, אסיפות חינוך ותקנות דורך קהל חסידי באבוב 48, דאס איז בלויז נאר פאר באבוב חסידים, נישט פאר דער המון עם.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 9:01 am
דורך שמעקעדיג
היינט נאכט איז שבעה עשר בתמוז. הגם מ'הייבט ערשט אן פאסטן מארגן איז וויכטיג צו וויסן דאס פאלגנדע:
עס גייט זיין זייער הייס היינט און מארגן, י"ז. אויך רעגנדיג און פייכט (יומעד) וואס וועט מאכן שוויצן און פארלירן וואסער.
עס איז קריטיש וויכטיג צו טרינקען אסאך וואסער און עסן לייכטע עסנווארג און פרובירן זיין ווי מער אין עירקאנדישאן די קומענדיגע 2 טעג.

ויה"ר שהימים אלו יתהפכו וכו',

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 9:31 am
דורך אבגד
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז כאטש מען הייבט ערשט מארגן צו פאסטן אבער די דריי וואכען הייבט זיך שוין אהן פון ביינאכט, דהיינו זיך נישט שערן, נישט הערן מוזיק וכדו׳, ע״כ ווער עס וויל זיך נאך שערן פאר די דריי וואכען וואס איז כדאי (מכח די 9 טעג), זאל זיך שערן היינט בייטאג.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:04 am
דורך boxcover
אבגד האט געשריבן:שערן פאר די דריי וואכען וואס איז כדאי (מכח די 9 טעג).

וואס הייסט? ס׳איז אן ענין צו זיין אפגעשוירן פאר די ניין טעג?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:22 am
דורך אבגד
פשוט פראקטיש אז מען קען זיך נישט זייפען! כאטש אפגעשוירן זאל מען זיין

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 3:27 pm
דורך יין שרף
אויך געדענקען צו שניידן די נעגל...

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 3:29 pm
דורך אבגד
יין שרף האט געשריבן:אויך געדענקען צו שניידן די נעגל...

אוודאי דארף מען געדענקען צו שניידן די נעגל ווייל טאמער נישט וועט עס וואקסן אין די וועלט אריין, אבער עס מוז נישט זיין היינט, מ׳קען שניידן ערב שבת.....

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:52 am
דורך אבגד
היינט נאכט זאל דער עולם אויספאסטן, טאמער נישט וועט מען בלייבן הונגעריג.
אבער מ׳בעט דער עולם ״פאקן מיט א סדר״

שמחת בית בעלזא

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:20 pm
דורך משה רבנו
היינטנאכט קומט פאר די לחיים פונעם בעלזערס אטאכטער מיט הבחור ...ספרין.סתם איינער פון די חסידים

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:24 pm
דורך יין שרף
לידיעה בעלמא, די בעלזער'ס אייניקל, מיט א ספרין א אייניקל פון קאמארנא רבי פון ירושלים.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:30 pm
דורך משה רבנו
וועם איז עס בעצם אינטרעסאנט.מילא ווען סאיז עפעס אבאמבע שידוך..

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:32 pm
דורך פלוין פון ממרא
אין אויך א אייניקעל פין איינער מר גרינפעלד פין נוי יארק ,

וואס איז פשט אז ער טוט אזעלכע שידוכים??

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:38 pm
דורך פלוין פון ממרא
מען רעדט נישט אזוי!!!!!

איך האב נישט ליב ווי אזוי די רעדסט

איך האב געמיינט צו פרעגן באופן כללי,נ

ישט ח"ו אויף די בחור פאר זיך

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:44 pm
דורך chosen people
וועלכע קאמארנע איז עס, ר' נתנאל אדער ר' אליעזר, צו זייערס א קאזין?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:11 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
גייט די tv show boardwalk empire שיסן א מאווי דא און וויליאמסבורג ביי די געשעפט נעקסט דאר פון ברוקלין קאר סערוויס