בלאט 1 פון 1

שבחי אלעקסיי

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 3:32 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ווי באקאנט איז פאראן דער בעל-עגלה פונעם בעל שם טוב, מיטן נאמען אלעקסיי, וואס פלעגט פירן דעם בעל שם טוב דורך קפיצת הדרך און העכערע זאכן. פיל מעשיות און סיפורים זענען באקאנט מיט דעם אלעקסיי און זאכן וואס זענען געשען דוקא מיט אים.

איך עפן דעם אשכול מיט די מטרה צוזאמענצונעמען אלע סיפורים פון אלעקסיי. איך האלט אז מען קען דא מאכן א שיינע ליקוט.

געגאנגען.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 5:32 pm
דורך קינות גירושין
מיר איז זייער אינטערסאנט צו הערן ווען סאיז געווען די לעצטע מאל וואס א צדיק האט קפיצת הדרך, ועוד תמיה איז געווען די זאכען נאר ביי די חסידים צו אויך ביי סתם צדיקים???
 

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 5:38 pm
דורך אביגדור
קינות גירושין האט געשריבן:מיר איז זייער אינטערסאנט צו הערן ווען סאיז געווען די לעצטע מאל וואס א צדיק האט קפיצת הדרך, ועוד תמיה איז געווען די זאכען נאר ביי די חסידים צו אויך ביי סתם צדיקים???
 

כל המלעיג וכו'.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:41 pm
דורך MickyMouse
אויב גלייבט מען די רמב״ם אז עס איז נישט דא קיין סופער פאוערס/מופתים/כושף/עטסעטרא. וועט מען מוזן זאגן אדער אז די אלע מופתים מען פארציילט אויף צדיקים זענען אדער לעגענדעס אדער האבן זיי געהאט צוטריט צי טעכנאלאגיע וואס איז פארלוירן געגאנגן במשך די יארן.
דערמאנט מיך פון שלמה המלך מיט זיין עלעקטראניק שטיעל און זיין פליענדיגע טעפיך.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:46 pm
דורך זר זהב
קינות גירושין האט געשריבן:מיר איז זייער אינטערסאנט צו הערן ווען סאיז געווען די לעצטע מאל וואס א צדיק האט קפיצת הדרך, ועוד תמיה איז געווען די זאכען נאר ביי די חסידים צו אויך ביי סתם צדיקים???
 

viewtopic.php?p=42403#p42403

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:24 pm
דורך דולה ומשקה
דער נושא איבער "אלקסיי" דער קוטשער פונעם אור שבעת הימים הבעש"ט נבג"מ, דארף טאקע ווערן שטודירט.
דאס איז זיכער אז דער נאמען פון דעם באקאנטן בעל עגלה ווערט נישט דערמאנט אין די פריעדיגע חסידישע באשרייבונגען אין זיכער נישט אין די ספרים, כאטש דער "שבחי הבעש"ט" דערמאנט איבער דער 'קריסטליכע משרת' פונעם בעש"ט וואס פלעגט כסדר מיט פארן מיטן בעש"ט (אין אויך אז איינמאהל האט ער אפילו געוואלט הרג'ענען דעם בעש"ט) אבער זיין נאמען ווערט נאך אלס נישט דערמאנט אין דער נאמען פון דער קריסטליכע משרת איז פארהוילען.

דאס ערשטע מאהל וואס מיר טרעפן דערמאנט דעם נאמען קומט פון דער משכיל'ישע שרייבערס. דאס איז ווען דער באקאנטע משכיל יוסף פערל דערמאנט צום ערשטן מאהל "דער קריסטליכע קוטשער אלכסיי", אין זיין בוך מיטן נאמען
Uiber das Wesen der Sekte Chassidim,
דאס אז עס איז אנטפלעקט געווארן צו אונז א רמז צום נעמען אלעקסיי אין משכילישע ספר 'נקיות ופרישות' געשריבען בשנת תקע"ה דורך א גאליציאנ'ער משכיל בשם שמשון הלוי בלאך (באקאנט מיט זיין ספר שבילי עולם), מאכט דאס דער ערשטע אין פריעסטע מקור אין וואס דער נישט-אידישע בעל עגלה-משרת ווערט איידענטפצירט מיטן נאמען 'אלעקסיי'. ס'ערשט שפעטער בשנת תר"כ ווי מ'טרעפט אלעקסיי דערמאנט ביי זיין נאמען אין חסידישע מקורות.

דאס גיבט צו טראכטען אז דער מקור פון דער נאמען קומט פון משכילשע שרייבעריי אין איז געווארען שפעוטער מיט די יארןם אדאפטירט אויך צו אונזערע חסידישע מעשה ביכלעך.

אין דאס לאזט אונז איבער איינער פון די צוויי אפשרות:
א) אלעקסיי (דער נאמען) איז בשורשו געוועהן א משכילישע המצאה, וואס האט זיך שפעטער אריין געשמוגלט געווארען אין חסידישע לייען מאנטריאל.
ב) דער האט טאקע געהייסען אלעקסיי, חסידים האבען אלעמאהל געוויסט דעם נאמען פון דעם בעל עגלה איז געוועהן אלעקסיי, אין אזוי איז דאס געגאנגען מפה לאוזן במסורה פון שנת תק"י ביז עס איז ערשט געווארען געדריקט בשנת תר"כ, נאר דער משכילים זענען געווען פשוט דער ערשטע דאס צו דריקן מיט 45 יאר פריער.

(קרעדיט: דוד אסף)

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:38 pm
דורך איחוד פעלד
באלט וועט מען נאך אנפרעגען אז דער גאנצער בעל שם טוב איז א המצאה פין משכילים. גלייבט נישט אסף.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:29 pm
דורך דולה ומשקה
ביסט געקראכען זייער ווייט אפצופרעגן דעם 'אסף', אויף דער בעש"ט איז קיינער נישט מהרהר און קען נישט אפילו ער וויל, אדרבה זאל ער נאר פרובירען.
לגבי אלעקסיי האט נאר אסף געשריבען איחז נישט דא קיין מקור צו דעם נאמען ביז די משכילים האבען געדרוקט זייער ספרים, און ערשט שפעטער איז דאס אריין צו אידישע לייען מאנטריאל.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:38 pm
דורך איחוד פעלד
די האלסט אז דער הנחה אז משכילים האבען אויפגעמאכט "מופתים" צו פארשעמען חסידים מיט נארישע מעשיות, איז אמת?

האבען זיי נישט געהאט אזויפיל שכל צו טראכטען אז חסידים וועלען נאכקייען די מעשה'ליך פין די משכילים מיט דער זעלבע תמימות?

אסף איז א חוקר, און אין הכי נמי ער שרייבט נישט זיינע מסקנות אהן א סאך ראיות, אבער זיין דעה קדומה אז ער וויל אויפווייזען אז חסידים זענען שקרנים, דאס האב איך נישט אזוי ליב.

אגב, מיין תגובה פין מדמה זיין דער בעל שם טוב צו אלעקסיי איז געשריבען געווארען בדרך סארקאסטיש בלע"ז.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:15 am
דורך ידען
קיינער איז נישט מהרהר אויף די בעש״ט?????

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:18 pm
דורך דולה ומשקה
לאמיר נישט פארקריכען פון דער נושא.
עכ"פ דוד אסף וויל ארויס ברענגען אז דער נאמען 'אלעקסיי' במקור איז פון די משכילים. אין דער שבחי בעש"ט ווערט אסאך מאל דערמאנט איבער דעם גוי'שע קוטשער פונעם בעש"ט, קיין איין מאל ווערט ער נישט דערמאנט ביים נאמען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:16 pm
דורך איחוד פעלד
אז מען טראכט מער אריין, וואס איז די ביג דיל אז דער נאמען קומט פין די משכילים, האט איינער אמאהל געזאגט רמזים אויף.זיין נאמען, אז אלעקסיי איז בגי' עשיו מיט בלעם, אז יעצט אז דער נאמען קומט פין די משכילים האבען די חסידים געסאפערט א זיכערהייט בראך?

ווען ער ווייזט אויף ווי שלום אז דער תורת החסידות אויף צמצום קומט פין כת ש"ץ האט ער עפעס אריין געקנאקט, אבער סתם בלאזען וועגען דער נאמען אלעקסיי, פליז, אויך מיר א משכיל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:38 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:אז מען טראכט מער אריין, וואס איז די ביג דיל אז דער נאמען קומט פין די משכילים, האט איינער אמאהל געזאגט רמזים אויף.זיין נאמען, אז אלעקסיי איז בגי' עשיו מיט בלעם, אז יעצט אז דער נאמען קומט פין די משכילים האבען די חסידים געסאפערט א זיכערהייט בראך?

ווען ער ווייזט אויף ווי שלום אז דער תורת החסידות אויף צמצום קומט פין כת ש"ץ האט ער עפעס אריין געקנאקט, אבער סתם בלאזען וועגען דער נאמען אלעקסיי, פליז, אויך מיר א משכיל.

נאכמער: אפילו נניח אז א טייל מעשיות וואס ווערן דערציילט איבער דעם בעש"ט ותלמידיו און זייערע מופתים זענען נישט אמת, איז אויך נישט געפערליך. קינדער ענדזשויען צו הערן אזעלכע מעשיות, און דאס איז מחזק די אמונה...!