בלאט 1 פון 1

Operation flush the Johns

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:48 pm
דורך ידען
סע לעבעדיג אין שטאט און קען זיין אז וועגען די אינטערנעט איז דא געקומען אזא שמיציגע מעשה אז 104 מענטשען האט מען פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.

נעסוי קאנטי פאליס האט די לעצטע חודש געמאכט א אפערעשען וואס האט רעקארדעט ווי מענטשען האבען געצאלט פאר זונות געלט פאר עבירות און סע נישט א ליגעל זאך.

www.newsday.com/opinion/viewsday-1.3683 ... -1.5396143

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:50 pm
דורך ידען
אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:51 pm
דורך קינות גירושין
איך האב עס געזעהן פריער אויפן tv איך מיין אז איינע פון די בילדער איז א אידישע (נישט חאסידשע)

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:52 pm
דורך קינות גירושין
ידען האט געשריבן:אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

סא וואס זאל מען יא טון? וואס נישט צו טון ווייס איך שוין פון א לאנגע צייט

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:54 pm
דורך ידען
לויערס, אינגע און אלטע מענטשען. אלע מיני רעליגיעס

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:08 pm
דורך הערשל
די איבריגע בילדער וועלן זיין די וואך אין כל העולם כולו...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:26 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דאס מערסטע האב איך רחמנות אויפן אראבער פון די ערשטע שורה. איך בין נישט מקנא זיין קבלת פנים דעם קומענדיגן פרייטאג אין מעטשעט.
כ'שטעל זיך פאר אז דער מופטא וועט אים דארט צימבלן: אז מקען האבן זיבעציג בתולות בהיתר בחנם אין כסף, פארוואס זוכסטו איינס באיסור בכסף מלא ?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:57 pm
דורך איחוד פעלד
קינות גירושין האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

סא וואס זאל מען יא טון? וואס נישט צו טון ווייס איך שוין פון א לאנגע צייט



אויב די וועסט ליינען דער אופן וויאזוי זיי כאפען, וועסטו אוודאי באמערקען אז זיי טוהן דאס דורך שטעלען פאלשע עדס, און אריין נארען מענטשען זאלען קומען אין א האטעל אריין.

עס קען זיין עס איז דא אנדערע אופנים וויאזוי זיי קענען כאפען מענטשען, אבער דאס איז דער גרינגסטע.

ממילא דער וואס האט זיין זונה קבוע, און ווען ער וויל א חליפתי בעהט ער זיין זונה קבוע פאר א חבר'טע, קען ער זיין גאנץ פארזיכערט אז אלעס וועט גיין כשורה און מען וועט אים ח"ו נישט פלאשען.

אגב, לכאורה זענען די אלע געכאפטע אדער נאראנים פאר נישט איינזעהן אינדערמיט אז עפעס טויג נישט דא, אדער גאר דעספרעט מענטשען וואס מען טוט אריין נארען דורך צוזאגען ביליגע פרייזען וכו'. א רחמנות אויף די מענטשען. און לדעתי איז דער פרוי וואס טוט דאס נישט בארעכטיגט, נישט דאס מיינט פארשטערקערען דאס געזעץ וכו'.

הן אמת די געזעצען קעגען פראסטעטאשען מאכען סענס, ווייל אין די מדינות ווי עס איז לעגאל פאנגט מען פרויען לצורך הזנות, אבער עס איז דא וועגען דאס מבטל צו זיין דורך באפרייען די פרויען, ווייל לעת עתה אויב די פרוי וואס איז געפאנגען גייט צו די פאליציי ווערט זי איינגעזעצט אלס א אולעגאלע בירגער. אבער גיין נאך מענטשען וואס זוכען זנות, און האפען אזוי ארום וועט מען אנמאכען א פחד און דורך דעם מבטל זיין דער עבדות פין די פרויען, איז א פאלשער חשבון, און אפילו אויב יא איז עס א מהלך פין קראצען דער רעכטער אויער מיט די לינקע פינגער.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:24 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
עצה טובה לאחינו בני ישראל הנתונים בשביה (אין שביה אלא השבוי אצל יצרו), בפעם הבא כשאתם מקיים המאמר-חז"ל "ילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ" אנא בבקשה מכם, חסו על נפשותיכם, תלבישו טורבן גדולה על ראשיכם, שיהיה עטרת תפארת לאחינו המוסלמים.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:45 pm
דורך מאן דאמר
דער מיטן טורבאן גייט נישט אין מעטשעט, ער איז א הינדו, נישט קיין מוסלעמענער, און ער גלייבט נישט אין קיין 72 בתולות.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:04 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:08 am
דורך ידען
הערשל האט געשריבן:די איבריגע בילדער וועלן זיין די וואך אין כל העולם כולו...

NO joke

I'm scared

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:09 am
דורך איחוד פעלד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)



דאס איז ווייל א פרוי קען עס האבען בחנם גרינג.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:09 am
דורך ידען
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)

דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:12 am
דורך איחוד פעלד
ידען האט געשריבן:דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..



מיינסט צו זאגען פארקערט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:25 am
דורך ידען
איחוד פעלד האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..



מיינסט צו זאגען פארקערט.

ביסט גערעכט.

מיין ווערטעל איז נישט געלינגען :cry: