בלאט 1 פון 6

מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:30 pm
דורך זר זהב
פון צייט צו צייט ,נישט אפט, אין די פאליטישע וועלט נעמען די פאולסטערס אן אנקעטע מיט וועם פון די 2 קאנדידטאן וואלטן וויילער ענדערש ארויס פאר א מיעל, דאס דארף אונז זאגן ווער פון די 2 זענען מער באליבט, מיט וועם דער עווערעדזש דזשאו שפירט זיך מער באקוועם, יענער קאנדידאט איז לכאורה מער דאון טו ערטה און מער באגלייבט אא''וו.

ביי בלומבערג דורכאויס אלע וואלן געדענקיך ווי ער האט אייביג פארלוירן צו זיין קעגנער. אויך דענקעך אז בוש האט שטארק געווינען אזא אנקעטע קעגן קערי.

באזירט אויף דעם... וועלעך פארשטעלן דא אזא פראגע: מיט וועלכע ניק וואלסטו ארויס פאר א סעודה, פארברענגען און שמועסן? -- נאר איין ניק וועהלן. און אויך פארוואס יענע ניק.

א דאנק.

די רעזאלטס מיינט גארנישט, סיז בלויז פאר פארוויילונג ציהל.

Gallup-Kave poll.jpg
Gallup-Kave poll.jpg (13.81 KiB) געזען געווארן 4371 מאל

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:33 pm
דורך יאיר
מיט מיין אנדערע ניק.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:34 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:און אויך פארוואס יענע ניק.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:34 pm
דורך יידל
מיט יאיר'ס אנדערע ניק. ווייל איך וויל וויסן וואס עס איז.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:37 pm
דורך טאמבל סאס
איך וועל מותר זיין אפילו אויף די יאיר ניק. איך ווייס דאס נאכנישט.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:43 pm
דורך זר זהב
איך וואלט ארויס מיט בערעלע בעל עגלה. איינס, ער האט א באגאדזש מיט יוניק טערעסאנטע נישט פון פריער געהערטע מעשה'לך און אנעקדאטן וואס דיידזעסט זיך גאר גרינג אין מח. אבער אבאוו אלל האביך א פיעלינג אז ער וואלט באצאלט מיין בילל :דמיונות: :ניין:

אגב א ניק מיט וועם כ'וואלט נישט ארויס (און ווער ס'וויל קען דאס אויך שרייבן) איז קופערניקס. ער וואלט ביים פארשפייז געזאגט אז ער גייט נאר א מינוט ארויס אין ביסקיס און ער וואלט קיינמאל נישט צוריקגעקומען..

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:14 pm
דורך געפילטע פיש
איך וויל דיר נאכאמאל לייקן פאר דיין צווייטע פאראגראף, ס'גייט אבער נישט.

איך וואלט ארויסגעגאנגען מיט קאווע טרונקערס אוואטאר...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:17 pm
דורך זר זהב
און מיין ליק איז אויך פאר'ן 2'טן פאראגראף...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:24 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וואלט ארויסגעגאנגען מיט קאווע טרונקערס אוואטאר...


זר זהב האט געשריבן:און אויך פארוואס יענע ניק.

מיין ערשטע פיארעטעט ביים וועלן איז צו דער ניק האט שוין געשריבן לכה"פ פופציג הודעות אין צימעס, דאס ווייזט אויף א פרינציפ מענטש וואס לאזט זיך נישט סתם אזוי טרעטען פון יעדן שמויגער.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:30 pm
דורך אביגדור
ולך תהיה צדקה.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:35 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט געגאנגען מיט יידל, - נאר צו הערן, נישט אים צו פארקויפן מיינע שטותים - אבער כ'גלייב נישט אז ער איז א גוף וואס עסט. ער איז קלוגער פון דעם.
קופערניקס איז א סכנה ארויסצוגיין עסן, ער וועט מיך מאכן לאכן און ער וועט מקדים זיין מיין קנה צו מיין ושט.
זר זהב, וואלט איך געוואלט גראדע, אבער ס'נישט דא קיין "הכשר" וואס איז גוט פאר ביידע פון אונז.
משה געציל, מיין חלום, אבער ער איז קיינמאל נישטא פאר 11 ביינאכט, ווען די רעסטעראנטען זענען שוין פארמאכט.
טאמבל סאס רעדט צו לאנג, לעצטענסט.
איש צדיק תמים גלייב איך נישט ער עסט אין די פרעמד.

אבער וואס דארף איך זוכן פרעמדע, ווען די אוצר איז ביי מיר...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:38 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:קיינמאל נישטא פאר 11 ביינאכט, ווען די רעסטעראנטען זענען שוין פארמאכט.

וואוינסט אויך אין ציריך?..

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:39 pm
דורך לעיקוואד
איך גיי מיט יעדער איינער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס איז דאס די קריגעריי דא? כולם אהובים כולם ברורים אלע זענען געלאדענט.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:41 pm
דורך newkave
איך וואלט געגאנגען מיט 'יאסעלע וואסערטרעגער'...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:44 pm
דורך זר זהב
לעיקוואד האט געשריבן:איך גיי מיט יעדער איינער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס איז דאס די קריגעריי דא? כולם אהובים כולם ברורים אלע זענען געלאדענט.

נו געגאנגען, וואו טרעפמיר זיך? אבער פארגעס נישט ס'מוז זיין דער סאמער בעסטער הכשר, כ'בין א הארד קאור שווארץ זאקיגער בני יואלער

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:46 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:49 am
דורך שמעקעדיג
א זיסער אשכול.
איך וואלט געפרעגט, מיט וועלכע 3 - אדער 5 - וואלסטו ארויסגעגאנגען?

די סיבה איז אויך וויכטיג, ווייל כאטש איך האב אסאך רעספעקט פאר רוב ניקס דא, אבער נישט אלע זענען מיין קאפ אויף טיי.

איך וואלט געגאנגען מיט איחוד פעלד, און רעקארדירט דעם שמועס...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:53 am
דורך יאיר
איך וואלט געגאנגען מיט געפילטע פיש און טשאלנט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:57 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע איז אויך אויפן אויבן אן פון מיין ליסטע.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:01 am
דורך אביגדור
.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:11 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב געהאט א ספק דערוועגן, אבער איך וויל נישט טראכטן אז ער מיינט נישט דעם ניק און ער האט א חוצפה צו פארדרייען דעם אשכול. :o :shock:

אה... דו ביסט טאקע אויך אויף מיין ליסטע.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:05 am
דורך מאטי
איך וואלט געוואלט:

האבן א שיעור מיט לעיקוואד

גיין אין ספא מיט שמעקעדיג.

גיין צו רעבישע טישן אדער געשמועסט ביים ליינען מיט זר זהב.

גיין צו א מאווי מיט טאמבל סאוס.

גיין צו א סייענס מיוזועם מיט די באגלייטונג פון יידל יאיר יאנקל.

לערנען חסידות מיט ונבנתה.

לערנען טעכנאלאגיע מיט קאמפיוטערס מיט געפילטע פיש.

זיצן אין קאווע שטיבל מיט קאווע טרינקער.

בארגן א קאר פון טעפל.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:08 am
דורך זר זהב
אה גוט מאטטי! זאל יעדער שרייבן וואס ער וואלט געטון מיט וועלכע ניק... מוז נישט זיין דייקא א וועטשערע