בלאט 1 פון 7

רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:58 pm
דורך קאווע טרינקער
ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען קלויזענבורגע רב זצ"ל האט געהאלטן להיפך (אפילו בחייו)
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.

ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב פישעלע", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין קלויזענבורג..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון וויליאמסבורג, רעב פישלע האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים? מיין דיין רירט זיך נישט אן זיינע פסקים.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
דורך איש צדיק תמים
וואס צאלט קלויזענברג פאר אזא עדווערטייזמענט?
איך מאך נאר א ווערטל ער איז באמת אן אדם גדול.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:04 am
דורך קאווע טרינקער
איש צדיק תמים האט געשריבן:וואס צאלט קלויזענברג פאר אזא עדווערטייזמענט?
איך מאך נאר א ווערטל ער איז באמת אן אדם גדול.

איך ציטיר דיין תגובה, און פאל דו פארמעקסט דיינס.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:09 am
דורך משה געציל
הונדרעט פראצענט גערעכט קאווע. מען פארציילט אויף א איד וואס פלעגט כסדר זיין פארנומען בארעדן אלע גדולים, האט מען אים אמאל פארגעהאלטן היתכן? האט ער גענטפערט קודם מאך אים אויס גדול און איינמאל ער איז שוין אויס גדול איז דאך שוין א מצוה צו רעדן אויף אים... ה"ה בעניננו, מען האט ליידער גענומען א איד וואס ווען ער וואוינט ווען נישט אינעם עיר ועם וויליאמסבורג וואלט ער געווען אנערקענט אלטס גדול בכל רחוי תבל, און מען האט אים געמאכט אויס גדול.
אגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:11 am
דורך איחוד פעלד
האט ער געשריבן א ספר?

(נישט אז איך וויל אים אוועקמאכען, נאר ווי קען מען זיך נישט רירען אהן זיינע פסקים אהן וויסען וואס זיינע פסקים זענען).

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:15 am
דורך משה געציל
האט הרב אלישיב געשריבן א ספר?
דאכט זיך אז עפעס פלאנען זיינע אייניקליך צו דריקן כתבים וואס ער האט געשריבן אויפן ירושלמי?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
משה געציל האט געשריבן:אגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?

יא, דבר ידוע, און ס'האט א המשך, אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען זיין צוריקבעהטן....
so, דער ספר פון רביה"ק וואס מ'ראפעלט אויס פאר די אלע וואס ערשיינען צום מלוה מלכה פאר 9 אזייגער, איז גאר ר' פישלע'ס..!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:38 pm
דורך ממרום שלח אש
קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען קלויזענבורגע רב זצ"ל האט געהאלטן להיפך (אפילו בחייו)
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.

ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב פישעלע", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין קלויזענבורג..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון וויליאמסבורג, רעב פישלע האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים? מיין דיין רירט זיך נישט אן זיינע פסקים.


איך קען דיר נישט פאר עפעס אזא מוקיר פון ערליכע אלטע תמימות'דיגע אונגארישע תלמודי חכמים.
עפעס ליגט דא באגראבן אונטער די היי...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:43 pm
דורך קאווע טרינקער
דו קענסט מיך? ווייל איך נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:48 pm
דורך ממרום שלח אש
אז מרעד שוין פון די וואס גייען נישט צו אים, ברויכט איר נישט ווערן אזוי אויפגעברויזט, ס'איז פשוט א לשיטתי' פון ר' פישעלע

ר' פישעלע פלעגט האבן אזא מנהג שטות, אז ער פלעגט אריבערקראסן אויף די אנדערע זייט גאס כדי נישט אריבערגיין מעון קדשו פון הרב מסאטמאר ז"ל, כאטש ער האט געוואוינט אויף די זעלבע בלאק.

נו, סאטמארע אידן זענען פיל קלוגער פון דעם, זיי גייען צו יעדע ערליכע איד, אפילו ער איז נישט אינגאנצן סאטמארדיג, מיט דעם זענען זיי גראדע ברייטער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות, והחוש מעיד על זה.

אבער צו ר' פישעלע גופא קען מען נישט גיין, ווייל עס איז קעגן זיין שיטה צו גיין צו נאנט צו איינעם מיט וועם מען איז נישט איינשטימיג בשיטה, סאיז פשוט ר' פישעלע לשיטתי'...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:52 pm
דורך קאווע טרינקער
מנהג שטות?
ער האט פשוט מורא געהאט פאר זיין לעבן.
איך ציטער אויך...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:23 am
דורך שלשלת
ממרום שלח אש האט געשריבן:סאטמארע אידן זענען פיל קלוגער פון דעם, זיי גייען צו יעדע ערליכע איד, אפילו ער איז נישט אינגאנצן סאטמארדיג, מיט דעם זענען זיי גראדע ברייטער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות

ווען אימער מען טרעט אריין ביומא דפגרא צו עני ערליכע איד, וויזניץ, בעלז, גור, ראחמיסטריווקא, פאפא, סקווירא, באבוב, צאנז, קלוזענבורג, טרעפט מען דארט אלעמאל א שיינע סאטמארע ציבור.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:43 am
דורך משה געציל
אקוראט. ווען איך גיי אריין צו ר' טורדוס'ן, ר' אלעזר הארוויץ, זאבלטאבער, באלעחאבער. טרעפט מען א גרויסע ציבור סאטמערא אידן. נעבעך אויף די פאר געציילטע ווי; באיאן, בעלז, גור, וואס זענען ארויסגעפאלן פון די ליסטע. לכאורה קומט עס פשוט פון חסרון ידיעה. עס וואלט געווען א גלייכער זאך אויפצוהענגען א ליסטע פון נעמען מיט אדרעסן אין ראדני.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:14 am
דורך בעריש
קאווע טרינקער האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:אגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?

יא, דבר ידוע, און ס'האט א המשך, אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען זיין צוריקבעהטן....
so, דער ספר פון רביה"ק וואס מ'ראפעלט אויס פאר די אלע וואס ערשיינען צום מלוה מלכה פאר 9 אזייגער, איז גאר ר' פישלע'ס..!

דאס איז א שקר, איך פערזענליך האב גערעד צי עימיצען וואס האט עטליכע מאל צירוק געטראגן די געבארגטע ספרים.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:19 am
דורך בעריש
ממרום שלח אש האט געשריבן:אז מרעד שוין פון די וואס גייען נישט צו אים, ברויכט איר נישט ווערן אזוי אויפגעברויזט, ס'איז פשוט א לשיטתי' פון ר' פישעלע

ר' פישעלע פלעגט האבן אזא מנהג שטות, אז ער פלעגט אריבערקראסן אויף די אנדערע זייט גאס כדי נישט אריבערגיין מעון קדשו פון הרב מסאטמאר ז"ל, כאטש ער האט געוואוינט אויף די זעלבע בלאק.


דאס איז אויך א שקר פרי דמיון פון די יוצאי סענדס סטריט.
אגב הגריח"ם פר"ם פלעגט צינעם שיקן די שווערע שאלות וואס ער האט נישט געוואלט נעמען אן אחריות דערויף, זעט אויס ער האט נישט חושש געווען צי די אריבערקראסן...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:40 am
דורך טעפל
קאווע כ'האב הנאה, כ'האב שוין געמיינט אז נאר אין קרית יואל אדער אין סאטמער איז דא עלטערע אידען וועם מ'דארף נאך אריינכאפען, איך זעה אין אנדערע פלעצער איז אויך דא..
אינטערסאנט אז זר פון ציריך האט נישט געדענקט פון ר' פישעלע?!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:54 am
דורך ר' שמחה
לגבי ר' פישעלע אריבערגיין די גאס פון מעון קדשו איני יודע, אבער לגבי ראדני האבעך עס יא געהערט.
אויף שאפראנער רב זצ"ל האבעך אויך געהערט פון עטליכע תלמידים אז ער פלעגט אריבערגיין לי עוועניו, נישט דורך צוגיין די טיר פון קלוזיענבורגע בימ"ד.


האבעך באגעגענט ר' פישעלע בניחו"א ביי דעם בר"מ ווען ער איז געזעצן על פטירת בתו, מיטגעהאלטן ביי דעם שמועס נאר פון אינמיטן ווען מען האט גערעדט פון ר' שלום אליעזרל, ווי ר' הירש מיילעך דים - דער זיידע פון ר' פישעלע, איז געווען גבאי, קען זיין ער איז געווען אן אנדערס מאל אויך, איני יודע.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:39 am
דורך גנדי
אז איך וויל באזוכען אדער האבן שייכות מיט ר' פישעלע הערשקאוויץ וואס קען איך טוהן?

איך וויל אויך מיינע יונגע קינדער זאלן אים געדענקען וואס זאל איך טוהן?

ווי אזוי קען איך זעהן אז איך זאל האבן א מזכרת פון מיין שייכות צו ווייזן פאר מיינע אייניקלעך?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:50 am
דורך איך אויך
דו ווילסט צופיל זאכן אויף איין מאל.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:08 pm
דורך אביגדור
עירוב רב.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:21 pm
דורך ר' שמחה
אין באבו"ב האלט מען אז בעדפארד איז א רשות הרבים דאורייתא ?

צו שרייבן אז ר' פישעלע איז א אשר קרך=עמלק, זעט אויס איז נישט גענוג נאר יגיד עליו רעו, נאר מען דארף זיין פון די זעלבע משפחה, פון די ריינע ראסע=אדום.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:29 pm
דורך שרייבער
וואס הייסט אשר קרך? ער איז א מורה הוראה? ער מעג טון וואס ער האלט ס'איז להלכה אויסגעהאלטן, דו האלטסט אז נישט טו נישט

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:43 pm
דורך אביגדור
אהא.