בלאט 1 פון 1

כ"ו סיון: יארצייט פון התנא רבי יונתן בן עוזיאל

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:13 am
דורך פסיכאלאג
היינט איז די יארצייט פון התנא רבי יונתן בן עוזיאל,
איך געדענק נאך אלץ בחור בינעך געווען דארט האט מען מיר אראפגעווארפן אויפן ערד,
דער צולאזטער האט מיר מסביר געווען אז עס איז דא אן ענין אראפצופאלן כדי צו האבן א ישועה, איז דא עפעס א מקור דערצו?

און בכלל וואס איז דער מקור אז מען קען עפעס עקסטער טרעפן א ישועה בענין שידוכים? אויב איינער ווייסט פון א באקאנטער וואס איז געהאלפן געווארן, אדער געזען א ישועה דארט, ביטע טיילט מיטן עולם.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:46 am
דורך שמעקעדיג
אודאי, די ישועה איז אז מען איז אראפגעפאלן און דערנאך זיך צוריק אויפגעשטעלט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 7:48 am
דורך קינות גירושין
איך בין געווען צוויי מאל דארט און די לעצטע יאר און נישט געהאלפען געווארען
איך בין קראנק און מיד פון די מענטשליכע געמויזאכץ

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:31 am
דורך וואלפה
דער גמרא זאגט דאך אויף רבי יונתן בן עוזיאל אז בשעה שיושב ועוסק בתורה כל עוף שפורח עליו מיד נשרף. זאגן איינע פון די גור'ע רבי'ס אז די סגולה איז, אז די פייגלעך אין קאפ -אז מען דארף עפעס א כווייס וואס- ווערט פארברענט, ממילא קען מען שוין טון א שידוך.
הרב עובדיה יוסף דערציילט אז ווען ער איז ארויפגעקומען פון מצרים האט ער געהאט גאר א שוואכע קאפ און גארנישט איז אריין אין איהם. איז אראפגעפארן צום ציון, און זיך אויסגעוויינט מיט א פארביטערט הארץ פאר אפאר טעג, ווען ער אוועק האט זיך אים געעפענט זיין קאפ אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט נארמאל. ולפי זה איז עס א סגולה אויף אלעס.
אבער מען קען זאגן פשוט, אזוי ווי צו זיין ציון שטרוימען בחורים וגם בתולות, צווישן הויכע ביימער און טאלן, ווערט שפעטער ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 11:35 am
דורך קינות גירושין
אויך איינע פון די חלומות פון די נשויים, ס'טרעפן זיך נישט דארט קיין בחורים און מיידלעך, די צניעות איז דארט זייער שטארק
אז מ'וויל טרעפן מיידלעך קענסטו גיין צו די בתי ז... אין די בורתא געגנט אין תל אביב

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:32 pm
דורך דולה ומשקה
דער מנהג איז צו גיין קיין 'עמוקה' דריי מאהל:
דער ערשטע מאהל: כ'בעט דיר שיק מיר איינס
דער צווייטע מאהל: אפגעבן דעם יישר כח
דער דריטע מאהל: נישט אזאנס האב איך געמיינט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:15 pm
דורך פאר הדור
ב"ה

אשכול זה לא מתאים יותר לפורום "אנשי שם"?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:42 pm
דורך קאווע טרינקער
רבי יונתן בן עוזיאל???????
וואס איז מיט "גדול מרבי... שמו"?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 8:06 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 5:52 am
דורך לאליפאפ
איינער גייט זיין היינט אין עמוקה? לאליפאפ בן קפיה הלוי