בלאט 1 פון 2

עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:28 pm
דורך שמואל הלוי
ווי קען מען הערן ספירה ניגונים בחנם אנליין?

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:33 pm
דורך קול גדול
איך האב געהערט פון א חשובע איד אז אויף ספירה און די דריי וואכן מעג מען הערן גוישע מוזיק וויבאלד ס'הייסט נישט קיין מוזיק.

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:50 pm
דורך שמואל הלוי
און אינמיטן זיצן שבעה?

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:52 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:און אינמיטן זיצן שבעה?

מן הסתם אויך, וויבאלד לויט זיין שיטה גייט גוישע מוזיק נישט אריין אין די גדר פון מוזיק ממילא מעג מען עס הערן.

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:05 pm
דורך שמואל הלוי
אפשר דערציילסטו אונז די נאמען פונעם חשוב'ן איד?

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:14 pm
דורך קרעקער
קימטס מיר פאר ווי די וואס פארלאזען זיך אויף א פסק פין ר' משה פיינשטייען ע"ה אז ממעג הערען זינגען עטליכע נשים צוזאמען ווייל תרי קלא לא משתמע

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:49 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:אפשר דערציילסטו אונז די נאמען פונעם חשוב'ן איד?

כ'ווייס נישט צו ער וויל אז זיין נאמען זאל מפורסם ווערן אלץ דער וואס שטייט אונטער דעם פסק הלכה דערפאר קען איך נישט אנטפלעקן זיין נאמען. אבער איך פארלאז מיך אויף זיין היתר, וכוח דהיתרא עדיף.

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:52 pm
דורך שמואל הלוי
אז ער שעמט זיך מיט זיינע פסקים ברויכסטו זיך אויך שעמען אנצונעמען זיינע פסקים.

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:01 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:אז ער שעמט זיך מיט זיינע פסקים ברויכסטו זיך אויך שעמען אנצונעמען זיינע פסקים.

מוז נישט זיין ער שעמט זיך, ער איז א צדיק נסתר פון די ל"ו צדיקים דעריבער וויל ער נישט זיין מפורסם.

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
דורך שמואל הלוי
ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט א חשוב'ער איד, יעצט האלט עס שוין ביי א ל"ו צדיק...וואטס נעקסט?

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:07 pm
דורך משה געציל
קול גדול האט געשריבן:איך האב געהערט פון א חשובע איד אז אויף ספירה און די דריי וואכן מעג מען הערן גוישע מוזיק וויבאלד ס'הייסט נישט קיין מוזיק.

ווער מיר ביטע געוואויער צו ער האלט אז ליפא וכדו' גייען אויך אריין אין די ליין פון די גויעשיע מוזיק

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:16 pm
דורך זר זהב
אפשר האט ער עס מתיר געווען ווייל קם לי בדרבה מיניה ?....

Re: עולם הנגינה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:24 pm
דורך לאדיך אפ
ווארשיינליך האט קול גדול'ס "חשובער איד" קיינמאל נישט געהערט קיין גויאישע מוזיק און וועגן דעם זאגט ער די שטות. נעקסטע זאך וועט מיר קול גדול זאגן אז ממעג אויך הערן ליפא אין ספירה, ווייל ער מאכט דאך נאך די גויאישע סטייל, און דאס איז דאך נישט מוזיק...

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 10:22 pm
דורך שמואל הלוי

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:03 pm
דורך שרגא
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:49 pm
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:52 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?


יא

דא קענסטו הערן דעם גאנצן ניגון פון וואס איך רעד. עס הייבט זיך אן ביי 13:40.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:34 pm
דורך יואליש
טאלאנט ביי שירה. שיין ספירה'דיג אידיש ניגון:

http://www.youtube.com/watch?v=3puJAZg2TEU&sns=fb

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 3:23 pm
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?


יא

דא קענסטו הערן דעם גאנצן ניגון פון וואס איך רעד. עס הייבט זיך אן ביי 13:40.

Jewish star - אשכנזי,
כוכב נולד - ספרדי

Country Yossi - אשכנזי
עזרא עזרא (?) - ספרדי

Marlboro reds- אשכנזי
smokinghookah - ספרדי

Toyota Camry - אשכנזי
Maserati

פזמון...

חמין וז'חנון - ספרדי
טשולנט און קישקע - אשכנזי,

געפילטע פיש און יאפטשיק - אשכנזי
????לח

ווארט לחיים - אשכנזי
????פארטי - ספרדי


???? - אשכנזי
???? - ספרדי

פזמון...

Winter in Miami - אשכנזי
summer in New Jersey - ספרדי

לעיקוואוד, מאנסי - אשכנזי
Ocean parkway - ספרדי

??? - אשכנזי
??? - ספרדי

garlic powder - אשכנזי
??? זעתר - ספרדי

חזק וברוך - ספרדי
שכויעך ר' נח - אשכנזי

Boring last names
כ"ץ, גאלדבערג, ווייס - אשכנזי
exciting last names - ספרדי

????
????

this cd is mamish crazy, ניט שייך, איזה ויי ויי

???? - ספרדי
זיי געזונט catch you later - אשכנזי

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 10:18 pm
דורך שרגא
א דאנק אייך, ר' יידל פאר די טירחא. האסט מיר טאקע פארענטפערט עטליכע וואס כ'האב נישט געכאפט.
אין קעיס האסט נישט געכאפט אדער סתם אויסגעלאזט, זאגט די כאר נאך "מאסעראטי, אוי ספרדי": העי העי, דעטס אנלי דע סיריענס...
אויך ביים סוף מאכט ער א ניס און זיי זאגן "געזונטהייט" מיט נאך עפעס א שמועס דארט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:23 pm
דורך ציבעלע-קיגל
זינג עס אליין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:38 am
דורך מורינו הרב
קרעקער האט געשריבן:קימטס מיר פאר ווי די וואס פארלאזען זיך אויף א פסק פין ר' משה פיינשטייען ע"ה אז ממעג הערען זינגען עטליכע נשים צוזאמען ווייל תרי קלא לא משתמע



א איד האט אמאל געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז קול באשה ערוה? מאך א חשבון: אין דבר שבערוה פחות משנים, ותרי קלא לא משתמע?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:46 am
דורך לעמיל
מורינו הרב, דו דארפסט א ענטפער אדער האסט פשוט געזוכט וואס צו שרייבן? אז דו ברענגסט ארויף אזעלכע אלטע ארטיקלן פון קעלער מיין איך אז דו מעגסט שרייבן מער ווי איין שורה.....