בלאט 1 פון 1

טרינקט קוקה-קולה מיט --- שעיר עי קאוק קאמפיין

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:44 pm
דורך לאליפאפ
ס׳קאסט טאקע א שמייכל אבער קיין אשכול דערפון איז נישטא, נו!

די מארקעטינג חברה פון קוקה-קולה אין ארץ ישראל קומען פון צייט צו צייט אויף מיט רייצנדע קאמפיינס אויף די פלעשער, בחינם׳דיגע געימס, גורלות וכדו׳, בעיקר אין די זומער חדשים ווען עס איז הייס און עס קען זיי שטארק אינקריעסן די הכנסות.

האועווער, זענען זיי דאס יאר אויפגעקומען מיט עפעס קלוגערס (ווי מ׳זאגט ביי אונז: נאר א אידישע קאפ קען דאס אויסטראכטן) האבן זיי גענומען עטליכע הונדערט ישראלי׳שע נעמען, און אנגעהויבן פערסאנעלייזן די פלעסטיק פלעשער מיט די נעמען ארויפגעדריקט. אויפן סטיקער שטייט ווי פאלגנד: ״טרינקט קאקאקאלע מיט - פלוני״ ״בן״ ״בת שלי״ אדער ״אשתי האהובה״) . און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען א קלוגע טריק פון זיי צו הייבן די סעילס, ווייל ווער וויל דען נישט אהיימברענגען א פערסאנעלייזד טרינק וואס קאסט דארט די זעלבע 45 שקלים!

די סיבה פארוואס איך באשרייב דאס איז נישט ווייל איך וויל דערלערנען דעם עולם ביזנעס טאקטיקס, נאר ווייל אין די זעלבע צייט האבן זיך לצים און פאטאשאפ ארטיסטס זיך געזעצט שפאסן אויפן חשבון פון די קאקאקאלע פלעשער, מיט כל ערליי וויצן, פיקטשערס, וכו׳. האב איך דא באשאפן דעם אשכול אז ווער עס הערט א גוט ווארט אין דעם ענין אדער זעהט א גוטן בילד, זאל עס דא מיטטיילן.

איך וועל מתחיל זיין מיט א גוטס:
רב לנדא האט זיך אפגערעדט צו די קאקאקאלע פירמע אז סנישט קיין איידעלע זאך אז זיי דרוקן ארויף די נעמען אויף די פלעשער, א קיצור ער האלט נישט דערפון, האבן זיי אים געזאגט, שוין גענוג 25 יאר וואס דיין נאמען איז אויף די באטלעך יעצט לאז א צווייטן...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:48 pm
דורך לאליפאפ
דאס איז וויאזוי זיי קוקן אויס

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:49 pm
דורך לאליפאפ
מיט מתושלח...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:50 pm
דורך לאליפאפ
חותמו של כהן...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:55 pm
דורך לאליפאפ
.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:57 pm
דורך לאליפאפ
אין אידיש: דאס איז שוין ממש שאקירנד! ווער האט איבערגעלאזט סבא-זיידי אין פרידזשידער?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 6:38 pm
דורך טשולענט
כי מן המים משיתהו

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 7:17 pm
דורך לאליפאפ
איינער וויל שוין נאכמאכן

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 7:32 pm
דורך יידל
די וויץ איז אז די מאכל הייסט *טאקע* גילה...

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:33 pm
דורך ענן כבד
download.jpg
download.jpg (9.1 KiB) געזען געווארן 1723 מאל


images (1).jpg
images (1).jpg (8.45 KiB) געזען געווארן 1723 מאל


images.jpg
images.jpg (9.07 KiB) געזען געווארן 1723 מאל


images (2).jpg
images (2).jpg (2.97 KiB) געזען געווארן 1723 מאל

ויכטיגע מעלדונג

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:44 pm
דורך מבני משה
א פרישע עדווערטייזמענט קומפיינט דורך ועד הרבנים לעניני צדקה בארץ הקודש, (וי"א קופת העיר בני ברק)

יעדער וואס וועט שנאדערן 1800 $
וועלן א מנין תלמידי חכמים, פערציג טעג, טרינקען קולה מיט זיין נאמען,

אכטונג נישט פארפאסן דעם געלעגנהייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:00 pm
דורך לאליפאפ
ששה בכרס אחד

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:27 pm
דורך יין שרף
קולא מצהלות חתנים מחופתן ונערנים ממשתה.....

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:36 pm
דורך יין שרף
באבוב...

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:38 pm
דורך יין שרף
יעצט פארשטייטזעך דארפען קומען די נאך-מאכערס...

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:48 pm
דורך לאליפאפ
יין שרף האט געשריבן:יעצט פארשטייטזעך דארפען קומען די נאך-מאכערס...

האלט דיר צום ענין און בכלל סאיז נישט פאני ווען סשטייט אויף א קאוק באבוב אדער כדומה...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:18 pm
דורך לאליפאפ
.