מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

שליחה דורך שעפטל »

קול מלחמה במחנה!

א עקסטאז פון גרייטקייט און אנטשלאסנקייט הערשט ביי שלומי אמוני ישראל אין אמעריקא, זיך גרייטנדיג צום ריזיגן עצרת מחאה אדירה וואס דאס יהדות הגולה וועט אפרעכטן בס"ד ווען טויזנטער אידן וועלן אי"ה אויסשרייען א היליכגער פראטעסט קעגן די רשעי ישראל אין די מדינה של שמד וועלכע זוכן אויסצו'שמד'ן דעם חרדישן אידנטום, מיטן ארויפצווינגען צו גיין אין זייער טמאנעם מיליטער מיט א סטראשונג פון תפיסות, מיט א ציהל צו אונטערדרוקן די ערליכע אידן און ברענגען צו ענדע די גאנצע חרדישע אידנטום אין אר"י חס מלהזכיר, היו לא תהיה.

אין די צייט וואס דאהי איז די הכרזת מלחמה אויפגענומען געווארן מיט א אש קודש, איז אין ארץ ישראל די נייעס אויפגענומען געווארן מיט א גרויס שמחה, אז דער ווייגעשריי פון די אידן וועלכע שטייען אויף אזא שווערע פראנט איז שוין ב"ה דערהערט געווארן אין אמעריקא און עס איז שוין אונטערגענומען געווארן די ריכטיגע שטאנדהאפטע שריט אויפצושטורעמען די וועלט איבער די ביטערע מצב.

מערערע גדולי ישראל ובתוכם גדולי רבני העדה החרדית האבן היינט אפגעהאלטן ספעציעלע רופן צו כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א מחזק צו זיין די מערכה וואס איז אויסגערופן געווארן, און באזונדער איז אנגעקומען געשריבענע בריוון פון מערערע גדולי הדור, פון הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה דלאנדאן, און פון הגאון ר' משולם דוד הלוי סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, און מיט אים אויך הגאון ר' מאיר סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק וועלכע שרייבן גאר גאר הייסע און ווארימע ווערטער צום יהדות הגולה קעגנצוקומען דעם רוף און אויפשטורעמען די וועלט, נישט צו שטיין גלייכגילטיג אין אזא צייט ווען די רשעים שארפן זיך די ציין אויף גזירות וואס מען האט שוין יארן אזאנס נישט מיטגעמאכט.

אין די טעג וואס דער ווינט אין די גאס ווערט מער און מער אינגעהייצט זיך צוצושטעלן צום גרויסארטיגען קול מלחמה, האבן עטליכע ראשי שיבות פון איבער ניו יארק און ניו דשערזי זיך געוואנדן צו מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א פערזענליך מיט א בקשה אפצורוקן דעם פראטעסט ביז זונטאג פ' חקת הבעל"ט כדימען זאל פילפאכיג מער קענען ארויסברענגען דעם ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן און דער וויי-געשריי זאל דערהערט ווערן מיט א שטארקייט.

דערפאר האט טאקע מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א אפגערוקט דעם זמן אויפ'ן קומענדיגן זונטאג ווען כל הגולה כמדורת אש וועלן זיך ארויסשטעלן אין די גאסן פון ניו יארק אן אויסשרייען דעם קול מלחמה אקעגן די ציוניסטי'שע רדיפות הדת ר"ל.

נעכטן במשך די גאנצע טאג פארגעקומען אסיפות פון מערערע ראשי עסקנים אינאיינעם מיט די עסקנים פונעם ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, און די גאנצע טאג איז פארגעקומען יעדע שעה נאך פרישע אנטוויקלונגען און צוגרייטונגען, און די פלענער לויפן אויף פאראויס צו זיין גרייט מיטן פראגראם און מיט אלע דעטאלן פון דעם מפגן האדיר.

אין קרית יואל איז פארקומען א עפענטליכע אסיפת עסקנים נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול וואו אלע עסקנים וואס זענען גרייט צוצוהעלפן צום סוקסעס פון דעם קידוש שם שמים זענען געלאנדט געווארן אנטיילצונעמען, און האבן ערהאלטן פאזיציעס אינעם מערכת סיי מיט די הכנות און אזוי אויך אויף בשעת מעשה.

אויך אין בארא פארק איז נעכטן פארגעקומען א אסיפה אין כולל דברי יואל דסאטמאר וואו די עסקנים האבן זיך צוטיילט מיט די ארבעט וואס איז שוין ארויס אין גאנג, און אין וומסב"ג גרייטן זיך די ראשי עסקנים ארויסצוקומען מארגן פארמיטאג מיט א אסיפה פאר אלע עסקנים וואס וועלן ארויסהעלפן צום פראטעסט.

אין די יעצטיגע שעה'ן קומט פאר באראטונגען און אסיפות מיט רבנים פון מערערע קהילות קדושות בישראל איבער דאס השתתפות אינאיינעם מיט די טויזנטער אידן וואס וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די מאסן פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט און דעמאנסטרירן די ווייגעשריי פונעם גאנצן חרדישן אידנטום קעגן די ציוניסטישע חוטאים ומחטיאים.

ביי א זיצונג וואס איז היינט פארמיטאג פארגעקומען צווישן די ראשי העסקנים וועלכע שטייען אין שפיץ פון די מאסיווע הכנות צום ריזיגן מאסן דעמאנסטראציע, איז יעצט באשטימט געווארן אז דער מקום של קידוש שם שמים בחוצות העיר וועט זיין ביים גרויסן סקווער אויף 26 פעדעראל פלאזא, אין לויער מאנהעטן, וואו עס וועט דערהערט ווערן קבל תבל ומלואה אויף א היסטאריש-הילכיגער פארנעם דער קול מחאה פונעם יהדות החרדית קעגן די ציוניססטישע אונטערדרוקונג.ווי באקאנט איז געווען אין פלאן דאס אפצורעכטן מיטוואך אויפן טראדיציאנאלן אופן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אבער זינט דער עצרת איז נעכטן נאכט באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג, האבן די עסקנים אנגעהויבן זוכן א נייער פאסיגער ריזיגער פלאץ, סיי צוליב די ערווארטונג פון א פילע מאסן פון שווערע טויזנטער אידן פון איבער נוי יארק און נוי דשערסי בעז"ה, און סיי צוליב וואס זונטאג וועט פארקומען אין מאנהעטן א גויאישע פאראדע וואס נעמט אריין ווילדע עלעמענטן, און צוליב זיכערהייט און צניעות אנגעלעגנהייטן איז באשלאסן געווארן אז יענער מקום וועט נישט זיין פאסיג, און אצינד קומט די נייעס פון די עסקנים אז ביים יעצטיגן זיצונג האבן זיי ענדגילטיג באשטעטיגט דעם נייעם פלאץ וועלכע איז בס"ד גאר געאייגענט פאר אזא מעכטיגער מעמד קידוש שם שמים, ביים סקווער פון 26 פעדעראל פלאזא, אשר משם תצא קול מחאה לכל העולם כולו!די שפאנונג וואקסט, די הכנות לויפן אויף פאראויס, לקדש שם שמים.

-כולנו למחלמה, איש בל יעדר, לקדש, שם, שמים!!!!-

קרעדיט: בחצרות סאטמאר BechatsrosSatmar@Gmail.com
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

נדחה.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

חומותיך.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאולי סקווער - 26 פעדעראל פלאזא
foley-square-blog480.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

וואס איז פשט אז מ'מאכט עס אויף א פלאץ ווי מ'זעט נישט דארט קיין ברי' זונטאג, אפשר זאל מען עס מאכען אין מדבר אדער אין יונגעל קעמפ...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

outspoken האט געשריבן:וואס איז פשט אז מ'מאכט עס אויף א פלאץ ווי מ'זעט נישט דארט קיין ברי' זונטאג, אפשר זאל מען עס מאכען אין מדבר אדער אין יונגעל קעמפ...

דו ביסט שוין אמאל געווען אין מאנהעטן זונטאג נאכמיטאג? ס'קוקט נישט אויס
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מיילא ביי גווענליכע פראטעסטען וויל מען פארשעמען מדינת ישראל פאר די גויים, דא וועלען זיי זיך גארנישט שעמען, אדרבה אונז וועלען זיך שעמען איז וואס איז דער תכלית פין מאכען א פראטעסט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דעס וועלן מיר שוין איבערלאזן פאר די חשובע רעדנערס מסביר צו זיין.

אינטערסאנט איז נאר אז ס'גייען זיין רעדנערס וואס זענען בפשטות נאכנישט געווען ביי קיין פראטעסט קעגן די ציונים, און טאקע זיי וועלן דאס אויך דארפן מסביר זיין..... מילא סאטמאר, נא איני מכיר, אבער די אנדערע...?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

איחוד פעלד האט געשריבן:מיילא ביי גווענליכע פראטעסטען וויל מען פארשעמען מדינת ישראל פאר די גויים, דא וועלען זיי זיך גארנישט שעמען, אדרבה אונז וועלען זיך שעמען איז וואס איז דער תכלית פין מאכען א פראטעסט?

פארוואס?
שעפטל האט געשריבן:אין די צייט וואס דאהי איז די הכרזת מלחמה אויפגענומען געווארן מיט א אש קודש, איז אין ארץ ישראל די נייעס אויפגענומען געווארן מיט א גרויס שמחה, אז דער ווייגעשריי פון די אידן וועלכע שטייען אויף אזא שווערע פראנט איז שוין ב"ה דערהערט געווארן אין אמעריקא און עס איז שוין אונטערגענומען געווארן די ריכטיגע שטאנדהאפטע שריט אויפצושטורעמען די וועלט איבער די ביטערע מצב.

sorry to bust your bubble, אבער לויט וויפיל איך האב זיך נאכגעפרעגט, ווייסט מען גארנישט אין ארץ ישראל פון דעם פראטעסט, חוץ אפשר אויף רחוב יואל, עזרת תורה און יונה.

לאמיר האפן ס'עט האבן די ריכטיגע אפקלאנג.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פיין, די רעדנער'ס וועלן מסביר זיין פאר העם הנאספים פארוואס מ'איז זיך צוזאמגעקומען וכו' וכו'
אבער וואס גייטסטו מסביר זיין פאר עובר ושב, סתם א נארמאלע גוי, וואס פרעגט מה כל קול הרעש?
"עמממממ.... די רעגירונג אין ישראל.... וויל נעמען אונזערע ברודער און שוועסטער צו דינען אין די מיליטער פאר צוויי דריי יאר....
דער גוי האקט אריין: you mean the IDF? very nice, I always read the news how wonderful the're doing, so what's the protest ..
עמממממ "די ראבייס האלטן אז ס'איז נישט מותר לויט אונזער תורה"....
really ?
interesting, because I saw pictures from solders, a lot of them look religious
יא, ס'באדערט אונז זייער אז אסאך פאלן דורך, מיר וואלטן שטארק געוואלט אז קיין איד זאל זיך נישט געפונען אין די מיליטער...
okay, have I a nice day, I'm confused
so you want the American army to take over the IDF ?
Under influence
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

איציק האט געשריבן:אבער לויט וויפיל איך האב זיך נאכגעפרעגט, ווייסט מען גארנישט אין ארץ ישראל פון דעם פראטעסט, חוץ אפשר אויף רחוב יואל, עזרת תורה און יונה.

לאמיר האפן ס'עט האבן די ריכטיגע אפקלאנג.

לייג צו רחוב פרס, שטראוס און נאך עטליכע פון די מאה שערים געסעלעך אין י-ם.

ישמח משה, קדושת יו"ט (נחמי' ?#) און חזון איש 5 אין ב"ב.

אזוי אויך הילכט עס אין די הויפטקוואטירן פון די אזויגערופענע חרדישע פארטייען און זייער מידיא, פאפיערענע און ווירטואלישע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין,
כ'האב געטראפן א קליפ ווי צה"ל זינגט "ונתנה תוקף".. מיט מוזיק.

http://www.youtube.com/watch?v=wajx7za8JSg
וירח ה' את ריח הניחוח
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

קאווע טרינקער האט געשריבן:so you want the American army to take over the IDF ?

נישט אזא ווייטע געדאנק, אומאפיציעל איז די מדינה סיי ווי די 51 סטעיט פינאנציעליש, אז נישט פון די רעגירונג קאסע איז פון שנארן אירע בירגער.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

5945~1.JPG
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[left]American Jews Express Solidarity with Co-religionists Resisting Israeli Draft Laws[/left]
[left]WASHINGTON, May 22, 2013 /PRNewswire-USNewswire/ -- Orthodox Jews in New York are rallying in support of their counterparts in Jerusalem, who are currently facing the prospect of conscription into the Israeli army.
"The Orthodox community in the Holy Land views the Israeli government's plan to draft them as a direct attack on their freedom of religion," said Yirmiyahu Cohen , a spokesman for True Torah Jews. "According to the Torah, G-d commanded the Jewish people in this era not to fight any wars against other nations. The current Israeli government plans to force the Orthodox to violate their conscience and principles. They should be exempt just like the Israeli Arabs, whom the Israelis do not expect to fight against their Arab brethren.

"Some argue that the Orthodox must share the burden because they too are being protected by the Israeli army. But the truth is that they were living there a hundred years before the Zionist movement even began. The Orthodox community lived peacefully alongside the Arabs in the 1800s. It was Zionism that gave rise to the current conflict, so they should not expect the Orthodox to help them deal with the problem they created.

"Furthermore, a large percentage of the Orthodox live in Jerusalem, which the international community, including the United States, has never recognized as part of the State of Israel. In 1947 the United Nations designated all of Jerusalem and its environs as an international zone. Thus the Israelis do not have the right to force Jews living in that zone to serve in their army."

Historically, Orthodox young men have avoided serving in the Israeli army, often using their ongoing study in a religious academy, known as a yeshiva, as an excuse for exemption. But last year, after the Israeli supreme court struck down the law granting yeshiva students exemption, the Orthodox community was left without a legal means of avoiding service. The current government is preparing a plan to draft some or all of the Orthodox in the near future. Most in the Orthodox community would rather go to jail or emigrate from the country than be drafted. Ironically, the so-called "Jewish state" is becoming the most difficult place in the world for Jews to follow their traditional laws and beliefs.

"The Orthodox in the Holy Land have the Torah, international law and justice on their side," Cohen concluded. "They will fight, and we will fight for them, until they prevail and are free to continue living according to their beliefs."

SOURCE True Torah Jews[/left]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[left]The following message is brought to you by True Torah Jews. The Israeli government is currently preparing a plan to forcibly draft Orthodox Jews into its army. This is a
direct attack on their freedom of religion. According to Jewish belief, G-d has commanded the Jewish people not to establish a Jewish army and fight wars against other nations. The Israeli government wants to force the Orthodox to violate their conscience and principles. American Jewry will not tolerate such an injustice! For more information, visit true torah jews dot org.

http://www.truetorahjews.org/images/radio_may_2013.mp3[/left]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ישראל כשיורדין וכו'
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

לראשונה אחרי 14 שנים: האדמו"רים מסאטמר יפגינו יחד נגד גזירת הגיוס
לראשונה בהיסטוריית שני הפלגים היריבים של סאטמר: איחוד לקראת 'עצרת הרבבות' נגד גזרת הגיוס שתתקיים ביום א' במנהטן • על תנאי שהציב נציג פלג מהרי"י, אמר האדמו"ר מסאטמר: "לא משנה לי מה שתבקש, אני רוצה שיהיו כמה שיותר אנשים" • ראשי ישיבת לייקווד אישרו סופית הגעתם


אם לא יחול שינוי של הרגע האחרון, הרי שלראשונה בהיסטוריית שני הפלגים היריבים של חסידות סאטמר, כולם יתאחדו יחד לקראת 'עצרת הרבבות' הצפויה להתקיים ביום ראשון הקרוב בכיכר פדראל פלאזה במנהטן, במחאה על גזרת הגיוס של 'ועדת פרי'.

לא בקלות הגיעו הצדדים הניצים להבנות. מדובר במשא ומתן מרתוני שנמשך באינטנסיביות מאז ההכרזה הפומבית על העצרת, במהלך הכינוס נגד 'פגעי הטכנולוגיה' שקיים האדמו"ר מסאטמר ביום ראשון. מרגע ההכרזה, לא הפסיקה הדלת במעונו של האדמו"ר לנוע על צירה והטלפונים בביתו לא חדלו לצלצל. משלחות באו ויצאו. רבנים ועסקנים התרוצצו, בהם כאלו המייצגים את שני פלגי סאטמר, וכמובן מחצרות וקהילות נוספות.

אתמול בערב הגיע אל ביתו של האדמו"ר מסאטמר - המגיע פעם בשבוע לוויליאמסבורג שבברוקלין - רבי יצחק גליק, הספרא דדיינא של 'התאחדות הרבנים בארה"ב וקנדה', והודיע כי גם הפלג של האדמו"ר מהרי"י מסאטמר יצטרף להפגנה, אך בכפוף למספר תנאים.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי הרב גליק דרש בשם הקהילה של מהרי"י מסאטמר, כי גם רב מטעם קהילתם יישא דברים בעצרת.

האדמו"ר מסאטמר הביע הסכמתו לבקשה ואמר: "לא משנה לי מה שתבקש, אני רוצה שיהיו כמה שיותר אנשים שיצאו להפגין בכל מחיר".

כך יצא המהלך לדרך. היום בשעה 10 בבוקר (שעון ניו-יורק) תיתן התשובה הסופית. "99.9 אחוז שהתשובה תהיה חיובית", אומר גורם במארגני ההפגנה.

כפי שכבר דווח, עלה האדמו"ר מסאטמר מיד בתום הכינוס נגד 'פגעי הטכנולוגיה', לביתו של האדמו"ר מגאלנטא, המשמש כחבר 'התאחדות הרבנים', כדי לדון עמו באפשרות של חבירה של שתי הקהילות, שתעמודנה בראשות העצרת.

המאמצים נשאו פרי. וכך, יזכו כולם לראות את שני האדמו"רים-האחים מעל בימה אחת, מלוכדים במפגן רבבות. לצידם יופיעו גם ראשי ישיבות ליטאיות, ובראשם ראשי ישיבת לייקווד, שאישרו אמש סופית את הגעתם.

בתוך כך, 'העדה החרדית' בירושלים הודיעה כי חבר הבד"ץ הגאון רבי נפתלי הירצקה פרנקל יגיע לניו יורק כדי לנאום בהפגנה.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיי מיר נישט קיין צדיק ,זאג מיר שנעל וועלכע וואלסטו געפיקט פאר א נאכט..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ביטע נישט פארפארן פונעם ענין דא.

שכח
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך האב איין שאלה -
וואס גייט זיין ממחרת דעם דעמאנסטריישן?
ביבי רופט האדמורי ם לבית סטאמאר, או קיי, איך גיב זיך אונטער צו אייך - עד חצי המלכות ותעש.
לפיד גייט בעטן מחילה ביים קבר פון רב אלישיב
אדער... מה שהיה הוא שיהיה!!! און וואס גייט מען יעצט טוהן?

אויב עס איז פאראן אן עצה אויף דעמאלט, פארוואס טוט מען זי נישט שוין?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביי אונז האט מען געלערנט: מען דארף טון, נישט אויפטון...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

טון=תורה בהתמדה.
אויפטון=דעמאנסטראציא.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט