בלאט 1 פון 1

מאסן דעמאנסטריישאן אנטקעגן ברית מילה - שבת פרשת קרח

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 8:05 pm
דורך היימישער ליטוואק
אומגעקליידעטע פארשוינען גייען דורכפארן ברוקלין מיט ביציקלאך, און שרייען און מוחה זיין אויף ברית מילה!
זעהט דא

פארן זיי אדורך די יידישע געגנטער?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 8:38 pm
דורך היימישער ליטוואק
לייענענדיג אזוי זע איך אז זיי פלאנען עובר צו זיין אויף צוויי גזעצן. גיין אומגעקליידעט און מאכן א פארזאמלונג אן א פערמיט.
על כן, דוכט זיך לעניות דעתי, אז אויב זיי קלערן דורכצוגיין די יידישע געגנטער זאל מען דינגען גוי'שע מענטשן וועלכע זאלן שטיין אינדרויסן פון די געגנטן און זאלן זיי אפהאלטן און רופן פאליס אויף זיי.
אזוי וועלן זיך די טויזנטער שומרי שבת פון די היימישע געגנטן זיי אפילו נישט באמערקן.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 11:02 pm
דורך נולד מאוחר
סדר המעמעד סקלונער רבי קבלת עול מלכת שמים?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 11:48 pm
דורך איחוד פעלד
זיי מאכען נישט קיין פארזאמלונג זיי גייען פארען מיט בייקס.

דער אנדערע חלק פין גיין אומגעקליידעט, ווענט זיך ווי ווייט אומגעקליידעט.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:42 am
דורך שלשלת
איחוד פעלד האט געשריבן:זיי מאכען נישט קיין פארזאמלונג זיי גייען פארען מיט בייקס.

דער אנדערע חלק פין גיין אומגעקליידעט, ווענט זיך ווי ווייט אומגעקליידעט.

פארן מיט בייקס, עיין ערך סיטי בייקס צו דאס איז בכלל אויסגעהאלטן אין אונזערע געגענטער?

בנוגע ווי ווייט אומגעקליידעט, ווענד זיך, אויב גענצליך נאקעט, האב איך נאך אין ירושלים דאמעריקא קיינמאל נישט געזעהן אזא איסור. אויב מיינטעס אבער "שמאל געפאסט", זאלן זיי טאקע שטיין ווייט פון אונזערע געגענטער

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:48 pm
דורך גנדי
וואס קען מען טוהן בדרכי נועם זיי צוריק האלטן פון דורך פארן אונזער געגענט נאקעט רח"ל?

אפשר זאל מען מכריז זיין "ניטל" פאר שלש סעודות, יעדער זאל בלייבן אינדערהיים פראווענען און דאווענען ביחידות.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:28 pm
דורך outspoken
די רמב''ם זאגט א טעם פאר מילה ''להחליש את כח התאווה'', און דאס טוט וויי די מנולים, ווי זיי שרייבען בפירוש.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 8:56 pm
דורך נולד מאוחר
אונדז מקוה גייערס ווערן נישט אזוי איבערגענומען פון נאקעטע מענטשען.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:04 pm
דורך wassup
נולד מאוחר האט געשריבן:אונדז מקוה גייערס ווערן נישט אזוי איבערגענומען פון נאקעטע מענטשען.

יא אבער דא וועט אויך זיין טאפלעס פרויען וואס מיר זעהן נישט און מקווה
און אויך נישט געמאלעטע מענער וואס מיר זעהן אויך נישט און מקווה

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:08 pm
דורך שלשלת
איז דא א רוט ווי זיי גייען פארן?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:31 pm
דורך יאיר
וואס איז אזוי שלעכט צו זען דעם מבחר הברואים במלא הודו יפיו והדרו? כ'פרעג סתם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:07 am
דורך היימישער ליטוואק
איצט גהערט אז עס קומט א שווערע וועטער דעם שבת, גלוייב איך אז די חברה וועלן אדער נישט פארן אדער גיין מיט ריין-קאוטס.
אויף יעדן אופן, לא ירעו ולא ישחיתו, קיינער וועט זיך נישט דרייען אין די גאסן דעם שבת.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:33 am
דורך wassup
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איצט גהערט אז עס קומט א שווערע וועטער דעם שבת, גלוייב איך אז די חברה וועלן אדער נישט פארן אדער גיין מיט ריין-קאוטס.
אויף יעדן אופן, לא ירעו ולא ישחיתו, קיינער וועט זיך נישט דרייען אין די גאסן דעם שבת.

In there article it says rain or shine

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:18 am
דורך פסיכאלאג
איך טראכט צו מיר (אפשר אביסל צו הויעך)
מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט אז מיר זענען און גלות און מיר טארען נישט האבן קיין אייגן לאנד,
מסכים, אבער פון ווי קומט די היתר צו מאכן אזאנע פראטעסטן, לאמיר דיר פרעגן אז די ביסט ווען יעצט און אריזאנע פאר וועקעישן און די האלטסט מיט אזא פירצה וואלסטו זיך געוואגט מוחה צו זיין?
הייסט די ביסט שוין היימיש און ווילי און די פילסט זיך א שטיקל בעה''ב, די האסט דאך למעשה געהאט א רבי וואס האט געוועלטיגט דא, און אוועקגעלייגט יעדער וואס האט געהאט פאטענשאלס גרויס צו ווערן,
איז וואס דרייסטו א קאפ וועגן דעם מדינה, איז דער איד אין איתאמר אדער און יצהר ווייניגער בארעכטיגט ווי דיר פארוואס קומט זיך איהם נישט קיין שטחים?
אין איין ווארט 'שנייד די קרעפ(לעך)'

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:08 am
דורך איציק
איך דערמאן זיך וואס איך האב אמאל געהערט אז ס'האט פאסירט ביי א שבת הפגנה, דאכצעך אין רמת בית שמש.
פרייטאג צו נאכטס האבן די איינוואוינער אראנזשירט דורך אן אינו יהודי אז די גאסן לאמפן זאלן זיך אויסלעשן, און מ'האט אויסגעשפרייט אויפ'ן גאס איינגעדרייטע קליינע טשוועקעס, איינס איינגעבויגן אויפ'ן צווייטן.
כזה:
בילד
עטליכע אויטא'ס האבן באקומען לעכערדיגע רעדער, די פאליציי איז אנגעקומען און זייערע רעדער זענען אויך צולעכערט געווארן.
בקיצור, ס'געווען פרייליך.

איז זאג נישט חלילה אז איינער זאל עס טוהן למעשה, אבער עס איז מיר איינגעפאלן אז אויב עמיצער וועט הארט איידער די פראטעסט שטונדע סטראטעגיש אויסשפרייטן (דורך א גוי, פאר די וואס טראגן נישט) אפאר קליינע טשוועקעס - אויף עטליכע גאסן פארנט פון וויליאמסבורג, לענגאויס די בייק לעין - וואלט די אקציע לכאורה אפגעהאלטן די פראטעסטירער. עס וואלט זיי מעגליך צוגענומען דאס אפעטיט אויף א צווייט מאל.

איך ווארן נאכאמאל. קיינער זאל עס נישט טוהן.
(די אייער טראק שטייט ביים נעקסטן קארנער. קיינער זאל נישט ווארפן...)

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:51 pm
דורך שטאנג
מיינען זיי דען דוקא אידן? ווי איך פארשטיי רעדן בכלליות צו די ערלים. נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:59 pm
דורך יצמחפרקני
שטאנג האט געשריבן:מיינען זיי דען דוקא אידן? ווי איך פארשטיי רעדן בכלליות צו די ערלים. נישט אזוי?

ערלי לב

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:10 pm
דורך ידען
עורי ישנים משנתכם!!!
קול מלחמה במחנה!!!
היות איך האב אויסגעפונען אז די רשעים די אנטיסעמיטן וועלן זיך צאמקומען בפרהסיא ביי אינז און ברוקלין און עצם יום השבת קודש, וואס אזוי ווי מיר ווייסן אז שבת קודש איז איינער פון די דריי אותות וואס הקב״ה האט אינז געגעבן ווען אינזעמיר געווארן די עם הנבחר, און זיי וועלן ר״ל טוען קאמפיינען נאקעט׳ערהייט אקעגן די מצוה פון מילה, וואס דאס איז דאך די צווייטע אות און ווי ס׳ווערט געברענגט און שבת פרק ר׳ אליעזר דמילה כל מצוה שקיבלו עליהם בשמחה סופו להתקיים מתוך שמחה כגון מילה דכתיב שש אנכי על אימרתך כמוצא שלל רב, זיי האבן אינז אזוי פיינט זיי ווילן אז ״אינז זאל מיר האבן לענגערע און ברייטערע אבר׳לך״ עכ״ל ר״ל וויל איך מודיע זיין אז כאשר יענו כן ירבו וויפיל מער זיי וועלן קאמפיינען אזויפיל מער וועלן אינז שניידן אינז האבן נישט מורא פון זיי פאר יעדע 10 פון זיי וועלן אינז אלע זיך אפשניידן נאך א אינטש ביז ס׳וועט נישט בלייבן קיין זכר פון די גאנצע אבר אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים

החותם מתוך צער גדול ואבר קטן
הקטן דזשאו הגדול (שעתיד להיות עוד יותר קטן)

http://www.intactnews.org/node/263/1369 ... w-york-nym.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:36 pm
דורך רוזעוולט
וואס איז למעשה געווען? זענען זיי געקומען??