בלאט 1 פון 1
ביטע אינטערשרייבען פאר די אידישע האלאקאסט סעלעברעישען ?!
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:10 pm
דורך חזקיהו המלך
איינער מארק דייס זיכט צי ווייזען ווי איגנארענט אין טפשות'דיג מענטשען זענען, וויזוי מען קען זיי מאניפילירען צי אינטערשרייבען וואס מען וויל, זעהט פאר זיך אליין,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4oQhuDkky38[/youtube]
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:30 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער פאני, על אף מ'קען זיך דינגען איבער איר ווארהייט, ווארום, די אונטערשרייבער האבן נישט באמערקעט ווי איינער פילמ'עד זיי אפ? און דער צווייטער, אן קיין העמעד, שפאצירט מיט נאך דריי חברים/ות, ער שטעלט זיך אפ אונטערצושרייבן, און זיי גייען ווייטער אן זיך אויסדרייען צו זעהן ווי דער פערדטער איז געבליבען שטעקן?
שוב ראיתי, אז ס'גארנישט פאני, שטעל דיך פאר די סטעיט אוו ניו יארק וויל נישט פארדינגען זייער ארמארי בילדיג, הן פון ברוקלין און הן פון קראונהייטס, און די ישיבה בחורים לאזן זיך ארויס אויף די גאסן צו קאלעקטען פאטיציע. וואס וואלט מען געזאגט פאר די גוי "ביטע שרייב אונטער.... מיר האבן יאר יערליך א פארטי..... די האלאקאסט..... קאסטנער...." -
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:02 pm
דורך איך אויך
ער גייט דאך מיט א בילדערבערגער טי-שערט דער עולם ציטערט פשוט פון עם..
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:01 am
דורך בדחן
די זעלבע גרופע אדער א ענליכע גרופע האט געהאט ווידאוי ווי אזוי מענטשן שרייבען אינטער קעגן וואסער..! זיי האבן געניצט עפעס א לאנגע טענקיעל ווארט ווי זיי האבן אנגעריפן וואסער, און איינער נאכען צווייטען האט עס אינטער געשריבען אז מען זאל עס פארבאטען אין אמעריקע.