בלאט 1 פון 1

ווי אפט איז נארמאל פאר א פרוי צו רעדן צו איר טאטע/מאמע?

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:26 pm
דורך ידען
א חשובע חבר האט מיך געשיקט א אימעיל מיט זיין פראבלעם. מע קען אריין כאפען א מצוה מיט איהם העלפען מיט גוטע עצות (די לייקס גיי איך איהם צוריק שיקען..)

ווי אפט איז נארמאל פאר א פרוי צו רעדן צו איר טאטע/מאמע?

ווי געזונט איז פאר די שלום בית אז א ווייב זאל רעדן צו אירע עלטערען? ווי אפט איז נארמאל אז א ביזי ווייב מיט א שטוב מיט קינדער זאל רעדן צו איר מאמע? אין מיין פאל זענען מיין שווער און שוויגער גע'גט ל"ע, און מיין ווייב האט נאר א שייכות מיט איר טאטע. זי רעדט מיט איר טאטע יעדן איינציגען טאג. ווען עס וואלט געוועהן איר מאמע וואלט איך נאך פארשטאנען. מיט א מאמע רעדט מען דאך וועגן די קינדער, עצות, רעסעפיס, דאקטוירים אא"וו. אבער מיט איר טאקע באדערט מיך. זי קאלט אים בעיקר ווייל ער איז אליינס, נעבעך, די לעבן איז אים נישט גרינג, און ער פרייט זיך ווען זי רופט אים. איר האב שטארקע געפילן פאר מיין שווער, ער איז א וואוילער, א גוטע מענטש, און איך האב זייער ליב אים צו דערפרייען די הארץ, אבער איך האלט אז מיין ווייב'ס רעדן מיט אים יעדן טאג איז א שטער פאר אונזער שטוב.

איך זעה דא צוויי אישוס.

1] איר טאטע איז זייער א פרומער איד, א מדקדק בקלה כבחמירא. איך בין פונקט פארקערט, איך בין מער א קל, אפשר אביסעל וואס מ'רופט "אויפגעקלערט", און איך בין בכלל נישט קיין מדקדק. אפילו נאך אזוי פיל יאר זיין חתונה געהאט (13 יאר) איז מיין ווייב נאך נישט אינגאנצען באקוועם מיט מיין דרך החיים. אלע אירע חבר'טעס און געשוויסטער גייען מער מיט מיין שווער'ס מהלך החיים. איך פיל אז עס איז נישט גוט פאר איר אז די סתירה פון מיין מהלך החיים און איר טאטע'ס זאל איר שטיין פאר די אויגן יעדן איינציגן טאג פון יאר. זי דארף לעבן אין מיין לעבן, אונזער אייגנע משפחה, און ליב האבן אונזער מהלך החיים. רעדן יעדן איינציגען טאג צו איר פרומע טאטע קען נאר שטערן.

2] ווי איך האב שוין דערמאנט איז מיין שווער גע'גט ל"ע, און די קינדער האבן נישט קיין שייכות מיט די מאמע. די יונגע קינדער זענען אלע ביי מיין שווער. עס איז נישט גרינג פאר מיין שווער – פארשטייט זיך, און ער מוטשעט זיך אויפצוציען די קינדער, און ער אליין מאכט די שידוכים. א מענטש קען נאר האבן א געוויסע סכום פון געפילן וואס מ'קען דערטראגן. אויב זאכן גייען שווער ביי מיר אין שטוב, די בעיבי איז אויף געוועהן די גאנצע נאכט, כ'האב געהאט א טענה'ריי מיט מיין ווייב, און א קינד האט געהאט א פראבלעם און חדר – דאס אלעס "טעיקס עי טאלל" אויף א מענטש. אז מיין ווייב רעדט יעדן איינציגן טאג מיט איר טאטע, און הערט פון אים אלעס וואס גייט פאר אין שטוב, אלע זיינע פראבלעמען, זיינע מיחושים, קינדער'ס מיחושים, שידוכים וואס מ'האט אפגעזאגט, וכו', לייגט עס עמאשינעלי צו נאך א פעקל אויף מיין ווייב. אירע עמאשענס דארפן זיין דעדיקעיטעד צו איר שטוב, און זי קען נישט אזויפיל עמאשענס אינוועסטירן פאר איר טאטנ'ס שטוב.

איך וויל נישט חלילה אז מיין ווייב זאל אפהאקן מיט איר טאטע, ניטאמאל וויל איך איר צווינגען מקיים צו זיין די פסוק "על כן יעזוב איש את אביו ואת אימו ודבק באישתו והיו לבשר אחד", וואס איז פונקט אזוי שייך פאר די פרוי. איך האלט נאר אז זי דארף פארשטיין אז איר טאטע איז נישט איר אימידיעט פעמילי, און זי מעג הערן וואס טוט זיך ביי אים איין צוויי מאל א וואך, אבער נישט זיין אריינגעטוהן ראשה ורובה אין אלעס וואס גייט פאר, און פונקטליך אלעס "מיטהאלטן" און זיי די מעין עצה געבער.

איך שרייב דאס ווייל איך פארשטיי אז איך בין אפשר נישט גערעכט. איך וויל הערן די אנדערע סברא. ביטע רופטס אייך אן. א גרויסן דאנק. 

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:36 pm
דורך קינות גירושין
מורי ורבי דר הרב אברהם טווערסקי וואלט מסתם געפסקענט אז זי זאל ווייניגער רעדן מיט איר טאטע אויב סשטערט, זי איז נישט מחיוב צו טראגען די טאטעס עול (בספרו הקדוש dear rebbi dear dr דיבר בענין הזה )

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:44 pm
דורך MickyMouse
מיין שווער איז אויך גע׳גט און אינז אויך האבן גארנישט מיט איר מאמע און טאקע ווען ער איז געווען אליין האט מיין ווייב אסאך גערעדט מיט אים, איך ווייס נישט אויב זי האט גערעדט מיט אים זאכן וואס זי וואלט ווען גערעדט מיט א מאמען, אבער ער האט ריסענטלי חתונה געהאט און מיין ווייב רעדט אסאך ווייניגער מיט אים.

אויך האב איך א חבר וואס איז געווען אין א סימילער סיטועישאן, איך מיין אז עס איז פארשטענדליך אז די מיידלעך האבן א שטארקע געפיל צי זייער טאטע, עספעשאלי ווייל זיי זענען חתונה געהאט און טראכטן פון וואס די טאטע איז מיסינג. פרויען זענען אימאושענעל לייק דעט. סאוי ווילאנג ס׳באדערט נישט פאר די מאן איז אקעי, מיין חבר האט עס זייער געבאדערט און ער האט געמאכט אן ענד דערצו. מיך האט עס קיינמאל נישט געבאדערט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:49 pm
דורך קינות גירושין
סקוקט מיר אויס אז די מיידלעך ווערן נענט צו די טאטע אויף די עלטער
יעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע
איך בין עקסיידעט
סגייט נאך אמאל זיין גוט פאר מיר
אין 10-15 יאר ארום
א.ק. כוועל מוזען ווארטען
ביז דעמאלס וועל איך מאכען זיכער אז איך בלייב פריש און געזונט אז זי זאל האבען א זיסע געשמאקע טאטע צו פארברענגען נישט קיין דיפרעסטע קראנקע,