בלאט 1 פון 1

הרה''צ ר ישראל יוסף קאהן שליט''א

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:47 pm
דורך outspoken
הרה''צ ר ישראל יוסף קאהן שליט''א בנו בכורו פון כ''ק אדמור מתולדות אהרן שליט''א איז געווארען אן אויפגייענדיגע ''שטערן'', ער האט אן אייגן כולל להוראה ווי עס זיצן אינגעלייט מיט בחורים מסלתה ומשמנה פון ירושלים, ווי עס וואקסט אויף א נייע דור ת''ח מורה הוראה'ס, אויך פארט ער ארום איבערן לאנד לקרב לבן של ישראל לאביהן שבשמים, דאס איז חוץ דעם פירט ער אן צדקה וחסד פראדזעקטען.

אזוי אויך פירט ער אן א ''חבורות נועם הלבבות'' ווי ער האלט צוזאם בחורי חו''ל וואס לערנען אין א''י ווי ער לערנט שו''ע יעדע נאכט, חו''ר און חסידות יעדע ליל שישי, און אזוי אויך נעמט ער אריין בחורים שב''ק ווי ער לייגט אראפ געהויבענע טישן.

איצט ווען ער פאלט ציזאם פון חובות איז ער ארויסגעפארן אויפן וועלט זאמלען געלט אנצוגיין מיט זיינע עבודות הקודש האבן די חשובע עסקנים ארויסגעלייגט א ווידיא ממעשיו הכבירים.

https://www.youtube.com/watch?feature=p ... Vnll-3xxQ#!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:03 pm
דורך לעמיל
זיין ברודער פון בית שמש איך מיין ער הייסט ר' ישראל חיים האט אויך געפענט לעצטענס א כולל אויף קבלה און בית שמש, האט אויך זייער חשובע אינגעלייט דארט

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:05 pm
דורך newkave
הייסט אז 'ישראל' איז א טיטל אין תולדות אהרן??
איך גלייב נישט אז זייער פאטער וואלט געגעבן די זעלבע נאמען צוויי מאל...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:07 pm
דורך זר זהב
אריין אין אנשי שם

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
newkave האט געשריבן:הייסט אז 'ישראל' איז א טיטל אין תולדות אהרן??
איך גלייב נישט אז זייער פאטער וואלט געגעבן די זעלבע נאמען צוויי מאל...

אויב געדענק איך גוט, איז ר' ישראל חיים א ברודער פון תולדות אהרן רבי'ן ר' דוד, נישט א ברודער פון זיין זון ישראל יוסף...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:31 pm
דורך לעמיל
דאס איז פון ר' ישראל חיים פון בית שמש

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:33 pm
דורך ממרום שלח אש
outspoken האט געשריבן:הרה''צ ר ישראל יוסף קאהן שליט''א בנו בכורו פון כ''ק אדמור מתולדות אהרן שליט''א איז געווארען אן אויפגייענדיגע ''שטערן'', ער האט אן אייגן כולל להוראה ווי עס זיצן אינגעלייט מיט בחורים מסלתה ומשמנה פון ירושלים, ווי עס וואקסט אויף א נייע דור ת''ח מורה הוראה'ס, אויך פארט ער ארום איבערן לאנד לקרב לבן של ישראל לאביהן שבשמים, דאס איז חוץ דעם פירט ער אן צדקה וחסד פראדזעקטען.

אזוי אויך פירט ער אן א ''חבורות נועם הלבבות'' ווי ער האלט צוזאם בחורי חו''ל וואס לערנען אין א''י ווי ער לערנט שו''ע יעדע נאכט, חו''ר און חסידות יעדע ליל שישי, און אזוי אויך נעמט ער אריין בחורים שב''ק ווי ער לייגט אראפ געהויבענע טישן.

איצט ווען ער פאלט ציזאם פון חובות איז ער ארויסגעפארן אויפן וועלט זאמלען געלט אנצוגיין מיט זיינע עבודות הקודש האבן די חשובע עסקנים ארויסגעלייגט א ווידיא ממעשיו הכבירים.

https://www.youtube.com/watch?feature=p ... Vnll-3xxQ#!


זעט מער אויס ווי א רביש קינד וואס פרובירט זיך אויסצוהאקן א שטיקל ניטש, מער א "ME TOO" ווי א אויפגייענדע שטערן.

די "נייע דור פון ת"ח מורה הוראהס" קוקן אויס צו זיין פון די זעלבע קאליבער ווי די ווידעאו פראדאקשן.

אבער דאס איז בלויז מיינע איינדרוקן פון די ווידעאו, איך קען זיין טאטאלי אףף.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 8:07 pm
דורך איך אויך
האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער, זיי זעהען אויס ווי אפאר באנק קוועטשערס/רייכערערס/קאווע וקאלא טרינקערס און די ווידעאו פראדאקשן קוקט אויס ווי עפעס א בארד בחור'ל האט עס געמאכט.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 8:13 pm
דורך outspoken
שוין, אפשר האב איך עס אביסל איבער געטריבען...
אבער געלט דארף ער זיכער.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 8:20 pm
דורך outspoken