בלאט 1 פון 2

ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הונט

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:32 pm
דורך בדחן
ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הינט, איך רעדט פון געהעריגע הינטליך,

וופיל מאכט זיך אז איר גייט צו א דאקטער אפיס אדער באדי שאפ, א שאפיניג סענטער אדער א ביזנעס אפויטמענט, א אפיס פארברענג אדער סתם א שפאציר אין גאס, און איר דערזעט זיך און א דילעמע, איר האט א פריינטליך הונט - אדער נישט אזא פריינטליכע הונט - זיך דרייען אינטער די פיס, איר ווערט דערשראקען, איר ווייסט נישט ווי אזוי צו עקטן, אין איר ווערט צו שאנד און צו שפאט לעיני כל העמים,

איך האב איינגעפירט אז איך זאג אז איך האב א אלערדשי צו הינט, סאו איך דריי מיר ארויס פינעם פראבלעם, אבער למעשה איז עס א טאפיק וואס פאר די וואס דרייען זיך אין די גאסן קען עס צומאל זיין זייער וויכטיג,

צוריק צו די פראגע, ווי אזוי גייט מען זיך אום מיט הינט?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:35 pm
דורך זר זהב
מורא'דיגע טאפיק! פונקט נעכטן האבעך געהאט שרעקליכע בושות, א הונט האט געבילט אויף מיר און איך האב נישט געהאט וואס צו זאגן.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:41 pm
דורך קינות גירושין
גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
קינות, לאמיר עפענען אויף לי ביי ראדני א נייע ארגאניזאציע:
"טעראפי פאר הונט מורא-האבער"!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:46 pm
דורך בעל הבית
זייער א וויכטיגע נושא נעכטן רעדט איך מיט א גוי אופן גאס אין א גוישע געגנט פלוצלונג קומט א פיצי הינטל איך לויף נאך אלץ עס איז געווען ביזו בזיונת

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:35 pm
דורך outspoken
כ'דריי מיר אסאך לעבען זיי, כ'שעם זיך אפשר צוזאגן אז כ'האב זיי ליב באקומען, אבער די קעצעלעך איז דאך נישט אויסצוהאלטן.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:05 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

קינות: אז דו שרייבסט שוין וועגן הונט (די פיר פיסיגע) און וועגן קמיעות, זאג איבער דעים מאמר ריכטיג. ווען כ'בין געוועין א קליין יונגל, און מורא געהאט פון די כלבים, האט מיין מומע (ע"ה) מיך אויסגעלערנט צו זאגן דאס פאלגענדע. והנה: הונט הונט, דו ביסט עשיו'ס הונט. איך בין יעקב'ס קינד. אז דו וועסט מיך בייסן, וועל איך דיך צורייסן...! נאר נישט אלעמאל האט עס געהאלפן. מסתמא ווייל די הונט האבן נישט פארשטאנען אידיש און לשה"ק.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:קינות, לאמיר עפענען אויף לי ביי ראדני א נייע ארגאניזאציע:
"טעראפי פאר הונט מורא-האבער"!

וואו? ביי 82 ליע. אדער אקעיגן איבער ביי די טאארעס קלינער?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:25 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
berlbalaguleh האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

קינות: אז דו שרייבסט שוין וועגן הונט (די פיר פיסיגע) און וועגן קמיעות, זאג איבער דעים מאמר ריכטיג. ווען כ'בין געוועין א קליין יונגל, און מורא געהאט פון די כלבים, האט מיין מומע (ע"ה) מיך אויסגעלערנט צו זאגן דאס פאלגענדע. והנה: הונט הונט, דו ביסט עשיו'ס הונט. איך בין יעקב'ס קינד. אז דו וועסט מיך בייסן, וועל איך דיך צורייסן...! נאר נישט אלעמאל האט עס געהאלפן. מסתמא ווייל די הונט האבן נישט פארשטאנען אידיש און לשה"ק.

די גאנצע פחד פון הונט איז אין דיין קאפ. עס איז עכט נישטא וואס מורא צו האבן, ווייל זיי בייסן כמעט קיינמאל נישט. דיין מומע עליה השלום איז כשר גערעכט געווען, זאל זי זיין א גוטע בעטערקע. מיט אביסלע אמונה אין די מסורה פון אן אלטע באבע/מומע אז די לחש איז ווירקזאם, וועסטו דאך זיין ראויג, פאלט שוין אוועק די פראבלעם.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:26 pm
דורך קינות גירושין
ווען איך גיי נאר אמאל אריין אין די עיר הנידחת ווילי באגעגען איך זיך מיך הונט נישטא נאך א געגנט אין די וועלט (אפשר פאקיסטאן) ווי סאיז דא אזויפיל הונט וואס ציען ארויף אויף זיך א ביטערע שמייכעל ווי גלייך זיי ווילען העלפען אנדערע אידען, ווען אין די זעלבע צייט בייסען זי דיך מיט זייער מויל מיט די גרעסטע מאס רשעות, הארגענען מענטשען מיט די מויל בילען און שרייען אין די גאסען אין לויפען נאך מענטשען וכו׳

סמוז זיין אז זיי זענען מזרע עמלק(קרעדיט:רביה״ק זי״ע)

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
קינות, דא רעדט מען מען פון הונטן וועלכע קומען פון עשו, נישט יעקב'ס קינדער... :geek:

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:44 pm
דורך קינות גירושין
זה שאמרתי זיי זענען אייניקלעך פון עמלק שהוא בן בנו של אותו רשע
לשיטתי (עפ״י יסוד המובא בספרה״ק ויואל משה, דאפשר שנתחלף הנשמה לפי המעשים) זענען זיי נישט מזרע ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:51 pm
דורך למדן
איז דא הונט אויף די גאס וואס זענען יא דירעקט שעדליך? אלס יונג בחור האב איך באגעגענט דריי גרויסע הונט אין א קליין שטעטל אקראסס די סט. זיי האבן כסדר געוואלט אריבער קומען שארפנדיג די ציין און דער בעלבאס האט זיי געהאלטן אין איין צוריקרופן, כ'האב מיך שוין געזען ווי א גל של עצמות...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:01 pm
דורך קינות גירושין
גווענליך די וואס האבען א באלאבאס זענען נישט שעדליך די פראבלעם מיט די הונטען פון ווילי זיי האבן נישט קיין באס
איש כל הישר בעניו יעשה

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:45 pm
דורך יואב
צומאל זעהט מען א יונגאטש, ווען נישט די הערוישע באביפינס וואלט זיך זיין אזוי אויך בדיעבד'דיגן קאפל געשייד פונעם טשופיקע, און ער וואלט ר"ל אויסגעקוקט
ווי די בני עשו שיין גערעדט.
דער טיפישן ריאקציע פון אנ"ש איז זיך צו שושקענען....... זאג נאר, איז דאס א היימישער שגץ, אדער א מאדערנער ?
איז אזוי, אויב עפענט ער זיך אויף דאס מויל, הערט איר דאך באלד זיין גרעמער און זיין אקצענט, און אזוי דעקט איר אייער נייגער בדרך כבוד.
אויב אבער באשליסט ער איינצונעמען א שטיל שווייגעניש, בלייבט די קשיא שווער.

האב איך געהערט אמאל אן עצה קלה ונקיה וויאזוי צו לעזן אזא דילעמע.
אויב טאנצט ער אוועק פונעם הונט'ל, דאן איז א סימן בדמזיק עסקינן, ער איז א "היימישער"; אויב נישט, איז א סימן בדניזק עסקינן, ער איז פשוט געבוירן געווארן מאדערן.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:41 pm
דורך טעפל
אלץ קינד האב איך אלעמאהל מורא געהאט פון הונט, אבער וואוינענדיג אזויפיל יאר מיט זיי, און היינט וואס איך דאר פראטעקטען מיינע קינדער, האב איך זיך שוין אויסגעלערענט, ס'געשעהט גארנישט און אויב קומט דאס הונט אקעגן דיר מאכט מען אזוי מיט א קעצל לוי איהם אקעגן כאפט ער פליטתנו! נישט קיין חילוק ווי גרויס ער איז, שוין פראבירט כמה פעמים.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:45 pm
דורך יאיר
אה, מיין חלום איז צו קענען האלטן אינדערהיים א הערליכע ווייסע הינט מיט א לאנגע ווייכע וויידל. מיין ווייב טענה'ט אבער אז עס איז אדער זי אדער די הונט, און איך האלט אינמיטן מחליט זיין וואס צו באשליסן. אויף אזויפיל פרוביר איך יא צו פועל'ן זי זאל איינגיין אויף א קליינע קעצעלע.
הינט און קעץ זענען דאך אזעלכע וואונדערליכע באשעפענישן, ממש א מתנה פון גאט. מען דארף נאר זיין גוט צו זיי, און זיי טריעטן דיך הערליך, זיי זענען געטריי, הארכזאם, פאלגזאם. וואס נאך דארף מען? איך בין שוין אזוי נמאס פון לעבן מיט דאס מענטשליך באשעפעניש.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:51 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:אה, מיין חלום איז צו קענען האלטן אינדערהיים א הערליכע ווייסע הינט מיט א לאנגע ווייכע וויידל. מיין ווייב טענה'ט אבער אז עס איז אדער זי אדער די הונט, און איך האלט אינמיטן מחליט זיין וואס צו באשליסן. אויף אזויפיל פרוביר איך יא צו פועל'ן זי זאל איינגיין אויף א קליינע קעצעלע.
הינט און קעץ זענען דאך אזעלכע וואונדערליכע באשעפענישן, ממש א מתנה פון גאט. מען דארף נאר זיין גוט צו זיי, און זיי טריעטן דיך הערליך, זיי זענען געטריי, הארכזאם, פאלגזאם. וואס נאך דארף מען? איך בין שוין אזוי נמאס פון לעבן מיט דאס מענטשליך באשעפעניש.


וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 7:22 pm
דורך קאווע טרינקער
יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:28 pm
דורך יידל
יואב האט געשריבן:וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה. :o

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה. :o

וגם דר עם אשה לא יהודייה, וגם מגדל כלב (הולך על ארבע) בבית וגם....אוכל נבילה וטריפה וגם שרצים (פירות ים, כלשון החילונים, דרי ארץ ישראל(. וגם שותה יין נסך. וכו' וכו'

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:21 pm
דורך קינות גירושין
אין א״י איז דא גאנצעטע געזעצן וועלכע הונט ממעג מגדל זיין און וועלכע נישט
סגייט אלעס עפ״י תקנות חז״ל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:16 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אין אגרות משה איז דא א תשובה צו א בלינדער מעג אריינגיין מיט זיין קוק-הונט אין א בית המדרש.

דאכט זיך מיר ער האט דארט א שמועס סתם אזוי איבער דעם ענין פון מגדל זיין א כלב בתוך ביתו.

---
יאיר, איך פארשטיי דיין רביצין, זי האט מורא אז די הונטל וועט זיך באקוועם מאכן אין שטוב, אין די עול פון ארומגיין אפאר מאל א טאג כאפן א שפאציר מיטן הינטל גייט בלייבן אויף איר אחריות, אין די חלק פון זיך שפילן מיטן הונטל גייסטו האבן. זאג איר צו אז חלק כחלק גייסטו האבן אין דעם אחריות פון ארויסנעמען דעם הונטל אויפן גאס, כדי ער זאל קענען מקיים זיין דעם מאמר חז"ל ככלב השב אל קיאו.