בלאט 1 פון 1

חדש: קאווע שטיבל וואטסעפפ גרופ

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:38 pm
דורך רוזעוולט
[*]איך האב שוין ארויפגעלייגט אין א תגובה אויף וואטסעפפ והמסתעף, אבער ווי איך זע האט עס דער עולם נישט געזען, על כן לייג איך עס נאכאמאל ארויף אין א נייעם אשכול.
ס'דא צוויי סיבות פארוואס דער עולם זאל נישט זיין ציפרידן,
א' והיא העיקר, אנאנעמיעס, פאר דעם איז אבער דא אן עצה, גוגל וואויס,
דהיינו: גייט ארויף )דורכ'ן קאמפיוטער, נישט סמארט פאון ( אויף Google, voice.com און לייגט אריין אייער דזשימעיל, און פיקט א נאמבער, סא דער עולם וועט נישט וויסן ווער ס'איז
ב' קיינער וויל נישט פארפירען א שמועס אין וויסןשאפט און זיך טרעפן אין א נארישע צימעס ויכוח, )גראדע איך פערסאנעל ענדזשוי עס ( וכדומה,
אויף דעם האבן מיר מתקן געווען זיבן גרופעס,
1' קאווע שטיבל, קאווע שטיבל
2' קאווע שטיבל, געזעלשאפט
3' קאווע שטיבל, נייעס
4' קאוע שטיבל, צימעס
5' קאווע שטיבל,היסטאריע.דאס איז סיי פאר היסטאריע, און סיי פאר אנשי שם
6'קאווע שטיבל, וויסנשאפט
7' קאווע שטיבל, טעכנאלאגיע
ווער עס וויל טשעטן, שמועס'ן, שערן פיקטשער'ס, וכו'. זאל מיר שיקן זיין גוגל וואויס אין אישי..

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:41 pm
דורך לעמיל
מ'קען האבען צווי אוקענטס אויף וואטסעפפ?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:59 pm
דורך רוזעוולט
לעמיל, מאך אויף דעם אקאונט דורכ'ן קאמפיוטער

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:31 pm
דורך לעמיל
אויפען קאמפיאטער האב איך קאווע שטיבל איך דארף אז ווען איך קען נישט אונקומען צו קאווע שטיבל זאל איך קענען זעין די נייעס אויף מיין פאון

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:13 pm
דורך רוזעוולט
לעמיל, ס'נישט קאווע שטיבל ,ס'איז נאר א טשעטינג גרופ אויפן מהלך פון קאווע שטיבל, סאיז גרינגער צו שרייבן אויף וואטסעפפ ווי מאכן תגובות דא אויף קאווע, און ס'איז גדינגער צו שערן פיקטשערס..

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:16 pm
דורך גדעון
טרעף א אנדערע עפפ ביטע, אזאנס וואס ארבייט נישט מיט א פאון נאמבער און וואס ארבייט גוט אויף פאונס,
אזוי וועסטו אפשר האבן קאסטעמערס

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:49 pm
דורך רוזעוולט
אנטשולדיגט גדעון, מ'קען האבן א גוגל וואויס נאמבער

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:35 pm
דורך גלות יוד
איז מעגליך צו האבן whatsapp אן א smart phone ?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:45 pm
דורך רוזעוולט
יא,אויף אנווייזונגען ע' אשכול whatsapp והמסתעף

א פראגע

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:25 pm
דורך פרישער
איך פראביר אפלאדען אייגענע געכאפטע ווידיא, אבער וואץ אפ זאגט כסדר אז סיז מער ווי די ערלויבטע צוועלף מעגעבייץ, אבער איך זעי דאך כסדר ווידיא'ס וואס זענען איבער פינף מיניט, ווי אזוי טיט מען דאס, תי ווער איך.פערזעינלעך באשטראפט פין וואץעפ, פארוואס איך בין דאך אזוי וואויל,

זייט מוחל און ענפערט מיר

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:28 pm
דורך דעת תורה
מעגעבייץ... האט גארנישט מיט די לענג פונעם קליפ.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:28 pm
דורך שמעקעדיג
דו מוזט עס מאכן א קלענערע רעזאלושען, און אזוי נעמט עס אויף ווייניגער פלאץ.
רוב סמארטפאונס זענען אנגעשטעלט צו נעמען די מאקסימום רעזולאשען ביי ווידיאו קליפס, כדי עס זאל זיין קלאר אפילו אויף א גרויסן 24 אינטש קאמפיוטער סקרין, אבער צו קוקן אויף א קליינע פאון פעלט עס נישט אויס. גיי צו די סעטינגס און מאך עס אפאר נומערן ווייניגער, וועט ער דיר מער נישט באשטראפן וסר עוונך וחטאתך יכופר.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 12:48 pm
דורך אךשמח
אינטערעסאנט. איך קען שיקן ביז זעכצן מב אויף וואטסעפפ.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:54 pm
דורך boxcover
גדעון האט געשריבן:טרעף א אנדערע עפפ ביטע, אזאנס וואס ארבייט נישט מיט א פאון נאמבער און וואס ארבייט גוט אויף פאונס,
אזוי וועסטו אפשר האבן קאסטעמערס

איך שפיר די זעלבע. אפשר גרופמיך?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:47 pm
דורך שעפטל
אפשר אן אימעיל גרופ?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:48 pm
דורך לעמיל
קוקט נישט אויס ווי גראופס האבען הצלחה דא אבער קענסט טרייען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:05 pm
דורך קינד_אן_קייט
נאך א אפשען: קוק.

בילד

ס׳האט א מעלה אז מ׳דארף נישט קיין נאמבער, מעמבער׳ס קענען לכאורה בלייבן אנאנים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:31 am
דורך פאלענד ספרינג
Cyber Dust קען אפשר זיין א גוטע אפציע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:16 am
דורך ברוך שאמר
קינד_אן_קייט האט געשריבן:נאך א אפשען: קוק.

בילד

ס׳האט א מעלה אז מ׳דארף נישט קיין נאמבער, מעמבער׳ס קענען לכאורה בלייבן אנאנים.

אין מיט א # ווי אזוי גייט מען אריין