בלאט 1 פון 1

דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 4:58 pm
דורך משה געציל
אזוי גרייטענגדיג זיך צום אטפארלאפענען פסח האב איך געבלעטערט אביסעל אין פרשת בא, איז מיר אינטערגעקומען זייער א אינטערעסאנטע שטיקעל העמק דבר פונעם נצי"ב איך צוטיר דא זיין לשון אויפען פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים (בא י"ב –ב)

"וכלל גדול הוא, שבאותו יום שנברא אותו דבר מסוגל זה היום גם לדורות להתחזק יותר, ומזה הטעם טבע האש במוצש"ק רותחת יותר משום שאז נברא וכ"כ הרשב"א בשו"ת סי' תי"ג" עכ"ל.

וואס עס מיר אינטעראסאנט איז סיי דער עצם כלל וואס ער לייגט אראפ אז אינעם טאג פון די בריאה איז דער נברא שטערקער, אין צווייטענס וואס ער שרייבט אז דאס איז די סיבה פארוואס פייער איז שטערקער מוצש"ק קוקט אויס אז דאס איז א דבר פשוט וואס יעדער ווייסט, דוכט זיך מיר אז איך האב נאך קיינמאל פון דעם נישט געהערט, אויב איינער האט עפעס מער מראה מקומות אויף דעם, אשמח מאוד.