בלאט 1 פון 1

לימודי חול

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:54 pm
דורך גוגל-הדור
אזוי ווי ס'שיינט איז ביי מיין זון אין חדר נישט דא קיין מעגליכקייט ער זאל אמאל לערנען עפעס א לייטישע ענגליש. די געלט וואס די חדר באקומט איז געווידמעט אדער אויף אנצופאשן די פירער אדער פאר לימודי קודש, אבער פאר ענגליש איז אפילו די מינימום נישט פארהאן. לא די וואס זיי הויבן אן ערשטע קלאס אין כיתה ד', איז די גאנצע ענגליש נאר א פארמעסט ווער קען בעסער צילן מיט די פאפירענע עראפלאנען.

ענגליש רעדן און ליינען איז דערווייל מיין קלענסטע פראבלעם, ווייל איך מיט די רעבעצין שתחי' זענען מקפיד צו רעדן כמעט נאר ענגליש מיט די קינדער (אידיש וועלען זיי שוין גענוק לערנען אין חדר..), און דאס איז חוץ פון די מאוויס וואס זיי זעען פון צייט צו צייט. שרייבן וועט לכאורה יא זיין אן ערענסטע פראבלעם ווייל חוץ פון שיינשרייבן, שרייבן אונזערע קינדער גארנישט אפילו אידיש אדער לשה"ק. רעכענען אבער, דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם. ווען וועט ער זיך לערנען רעכענען אויב נישט אין די קינדער יארן? און אויב מיטשעט ער זיך אויסצוטון די שוך אויף צאם רעכענען נומערן איבער צען, איז אלג'ברה און אוקלידס ג'יאומטריה מאן דכר שמיה.

האב איך מיר גענומען אין די הענט אריין, ארויס געשריבן די קינדער פון ענגליש, און אפיר געזוכט עפעס גוטע אנליין פלעצער וואו מיינע קינדערלעך זאלן קענען לערנען עפעס אויך. רעדענדיק מיט א גוי'ישע געוועזענע לערער וואס ארבעט ביי מיר און אפיס, האט ער מיר געזאגט אז איך ברויך האבן אזעלכע סייטס וואו איך זאל קען מיטהאלטן די וואוקס פון די קינדער, אזוי אויך אז די סייט זאל גיין מן הקל אל הכבד, צו לערנען די קינדער אויף די דרגה ווי זיי האלטן.


די ערשטע וועבזייטל וואס כ'האב געטראפן איז קהאן אקאדעמי. דער רעדנער דארט, סאלמאן קהאן, איז ברייט באוואוסט א דאנק דעם וועב זייטל זיינעם. גע'עפענט האט ער דאס לכבוד זיין פלימעניק וואס האט געוואוינט אין ניו ארלינס בשעת ער האט גע'ארבעט אין באסטאן. די פלימעניק האט געברויכט האבן הילף אין מאטעמאטיקס האט ער געמאכט פאר איר קליינע ווידיאוס וואס זענען מסביר אויף קליין געלט אזוי ווי נאר ער קען דאס צולייגן און ער האט ארויף געשטעלט די ווידיאוס אויף יוטוב. די ווידיאוס האבן זיך שטארק צופלאקערט און צושפרייט, און פשוט'ע מענטשן האבן זיך געבעטן ביי עם ער זאל צושטעלן ווידיאוס על דא ועל הא. סאלמאן, זייענדיק נאטירלעך גאר א גוטע מענטש, האט ברוב טובו צוגעשטעלט די ווידיאוס און צוזאמגענומען דאס אלעס און ארויפגעשטעלט אויף אן אייגענעם וועבזייטל אלע לינקס צו די ווידיאוס. דערצו האט ער אויך ערמעגליכט צו פראקטיצירן אויף זיין זייטל. די וועב זייטל איז געווארן גאר פאפולער און ס'האבן זיך דערויף ארויף געכאפט די באקאנטע נדיבי עם, עריק שמיט, ביל געיטס און נאך, און זיי האבן אויף געבויט זיין וועב זייטל פי כמה עד שיצא העגל הזה.

די ערשטע מעלה פון דעם וועבזייטל איז אז ס'איז בחנם. דערנאך האט דאס פארשידענע מעלות ווי אויך חסרונות. קודם כל קען מען אויף דעם עפענען אן אקאונט און אלעמאל זען פונקטליך וואס דער תלמיד האט שוין געקוקט און וואס פאר א עקסערסייזעז ער האט יא אדער נישט דערין געטויגט. דערנאך האט דאס א מעלה אז דער תלמיד קען אליין זיין אין קאנטראל ביי וועלכע דרגה אנצוהייבן. נאכמער, ווי באקאנט איז לא הביישן למד אן אלטער כלל און אויף דעם וועבזייטל קען דאס קינד אלעמאל באקוועמערהייט איבערקוקן דעם ווידיאו נאכאמאל אן באקומען א הרגש כאילו ער טוט באמוטשען דעם מלמד. די עיקר חסרון דערפין איז אז די וועבזייטל ארבעט נישט מיט א פולע סדר הלימודים און אודאי נישט אויסגעשטעלט לויט די סטעיט סטענדארטן. אויף דעם האב איך באגעגענט אן אנדערע וועבזייטל, איי עקס על, וואס ארבעט שטארק מיט די סטאנדארטן פון סיי וועלכן סטעיט אדער די אלגעמיינע סטאנדארטן.

אויף צו בארייכערן די ידיעות און לערנען צו ליינען, שרייבן, און אלגעמיינע וויסנשאפט מוטשע איך זיך נאך היבש, ווער ס'האט גוטע הצעות וועל איך עם דאנקבאר זיין.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:16 pm
דורך אביגדור
יישר כח!

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 6:15 am
דורך איציק
אביגדור האט געשריבן:
יישר כח!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:36 am
דורך [NAMELESS]
תכלית איך זיך שוין א שטיק. צייט א מהלך צי פאבעסערן מיין ענגליש. רעדן/שרייבן אין איך קען מיר נישט דערשלאגן צי עפעס א גיטע מהלך איינער האט עני איידיע פאר מיר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:13 am
דורך דבילה
גוגל-הדור האט געשריבן:די עיקר חסרון דערפין איז אז די וועבזייטל ארבעט נישט מיט א פולע סדר הלימודים און אודאי נישט אויסגעשטעלט לויט די סטעיט סטענדארטן.


די חסרון וואס מורנו ר' גוגל דערמאנט איז שוין לאנג נישט גילטיג, קהאן אקאדעמי האט שטארק איבערגעארבעט זייער וועבזייטל זינט דעמאלטס. די סדר הלימודים איז פול פון די ערשטע קלאס און ארויף, און ס'איז שטארק געווידמעט אויף צו ארבעטן אין איינקלאנג מיט די "קאמאן קאר" סטאנדארטן.

זע דא:

https://www.khanacademy.org/commoncore

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:03 pm
דורך Josh
Does anyone know about some place in Brooklyn where a young Heimisher yingerman could attend basic computer classes, subsidizes by the government or for a reasonable price. Thanks in advanced.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 4:21 pm
דורך שמערל
UJO