בלאט 1 פון 1

שירות לאומי

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:34 am
דורך אביגדור
זה דא וויאזוי זיך ארויסדרייען פון דזשורי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:36 am
דורך היימישער ליטוואק
דינא דמלכותא דינא. וואס איז די היתר נישט צו גיין?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:37 am
דורך אביגדור
זעה דא די פארשריפטען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:41 am
דורך געפילטע פיש
דינא דמלכותא און די שמיעס אויב גייט פאר דזשורי דיוטי אין א זייט געלייגט, ווילאנג איינער דערלאנגט איר נישט קיין הזמנה אין די הענט אריין האבן זיי קיין שום פרוף אז זי האט דאס בכלל באקומען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:06 am
דורך אביגדור
לכאורה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:48 am
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף זיין אפען מיט די ווייב...
נישט דער גוי און נישט דער ערל דארפן דיין קנין כספו, ס'איז די בני נח וואס זענען מצווה על הדינים, פון איחוד ערי אמריקה "בארעכטיגט" צו פירען איר לאנד לויט איר פארשטאנד, עכ"פ וויפיל ס'שייך פאר א יחיד/ה.
פארוואס ווילט איר אוועקנעמען אירע רעכטען? האסט מורא אז יענע איין טאג וועט נישט זיין פרישע נאכט נאכטמאל? נו, פארדעם איז דא דעלי 52, אדער שומר שבת...

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:11 am
דורך מאראנצןזאפט
שטותים און לאקשן, כמעט א זיכערע טשאנס אז מ'וועט איר נישט אננעמען דארט און א שאד די צייט פון א אידישע מאמע.
אויב האסטו א יונג קינד קענסטא אריינשיקן א קאפי פון די בורט סערטיפיקעיט, און סתם אזוי קענסטו אייביג זאגן אז האסט נישט ערהאלטן דעם בריוול.
בכל אופן, לפי ידיעתי אינפארסירן זיי עס נישט און איר קענט ביידע שלאפן רואיג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:51 pm
דורך איך אויך
ארענדשעס דיין לעצטע ווארט איז א סגולה פאר דיין ערשטע עצה.