בלאט 1 פון 1
איסור לא ילבש
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:52 am
דורך קינות גירושין
איך האב זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א זייגער גאר א שיינע (סאיז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געקויפט א זייגער, חוץ פון די מעמארי זייגער וואס איך האב געקויפט פאר אפיקומן אלס קינד) כהאב עס געוויזען פאר עטליכע חבירם יעדער האט אויסגעדריקט ווי שיין סאיז ענד דעטס איט.
נעכטען ווייז איך עס פאר מיין מאמע אין זי ווערט היסטאריש קינות׳ל טייערע דאס איז דאך א פרוישע זייגער אלע מיידלעך אין ב״פ גייען מיט דעם, די קענסט מיט דעם נישט גיין,
וואס טוט מען? ווער קען מיר פסקנן למעשה?
איז דא א דיין וואס פארשטייט אויך צו סטיילס און פעשען?
די זייגער איז א swatch sfk119
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:01 am
דורך אביגדור
חששא מיהו איכא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:05 am
דורך טעפל
וואס זאל איך זאגען, פון א גוגל סוירטש קומטארויף א בילד פונעם זייגער אויף א...פרוי'ס האנט, נו זאגזשע דו אליינס, דיש אלה צו מ'קען פסקענען פונעם גוגל הדור?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:14 am
דורך קינות גירושין
איך בין געווען אין די סטאר אין די סיטי האט מיך די סעלסמען געזאגט אז סגייט אויך פאר מענער,
איי געס איך וועל צירוק לייגען און פעקל און וועל עס אוועק לייגען ווען ווען מיין ליבע וועט אפיר קומען.
(אגב, זייט איך בין דיווארסד בין איך נישט אין די זעלבע אפיס מיט מיינע סעקעטעריס זעלטען וואס זיי זעהן מיר, סאיז בעסער אזוי)
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:41 am
דורך איחוד פעלד
א זייגער איז נישט א בגד, איז נישטא קיין לא ילבש.........
חוץ לויט ר' משה האט עס א דין בגד, אבער אונז זענען מיר דאך חסידים......
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:10 pm
דורך קינות גירושין
איך בין גאר ווייט פון חאסידיש
אז די גדענקסט גוט בין איך זייער פרא ר׳ משה לגבי מחיצה, חלב עכו״ם און זרעיות מ.
און פארוואס פלוצלינג דא זאל איך זוכען חאסידישע קולות?
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 1:15 pm
דורך ר' שמחה
איחוד פעלד האט געשריבן:א זייגער איז נישט א בגד, איז נישטא קיין לא ילבש.........
חוץ לויט ר' משה האט עס א דין בגד, אבער אונז זענען מיר דאך חסידים......
מזאגט אויף איינע פון די חסידשע רביס (דאכטסעך מהר"א מבעלזא) אז ער האט מקפיד געווען נישט אויסצוטון דעם וועסטל מיט די זייגער אינדעם אויף אמאל, מחשש שני בגדים, ער האט מקפיד געווען סיי ביים אנטון און סיי ביים אויסטון.
אפשר גייט אן דערביי, מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
הייסט אז וואקן מיט די זייגער ברה"ר בשבת טראסטו זיכער נישט, מה נפשך, לויט די חסידישע פוסקים איז עס נישט קיין בגד, און ביזט מעביר ד"א ברה"ר, פסקנסטו ווי ר' משה אז ס'איז יא א בגד, ביזטו עובר אויף לא ילבש...
(נישט עכט, ווייל לא ילבש איז מען נישט עובר נאר אויב מ'וויל זיך מדמה זיין און אויסזעהן ווי א פרוי, זיך צו קענען אריינרוקן אין ווייבערשול אומבאמערקטערהייט, אזוי ווי ווען א חסידישע אינגערמאן טוט זיך אן א בעיסבאלל קעפ און לייגט די קרייזעלדיגע פיאות הונטער די אויערן, וואס דעמאלס קען ער זיך אריינשווערצן אין טעאטער, ווייל מ'דערקענט עם דאך נישט, משא"כ א זייגער, איז דאס קלענער ווי א בעיסבאל קעפ, ממילא זעט ער נאך אויס ווי א האלבע מאנספערזאן, און איז נישט ממש עובר).