בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:50 pm
דורך מאראנצןזאפט
א שמחה אין אלע עולמות.
כ'האב אים איינמאל געהערט אויף קאלמע.
גערעדט א האלבע שעה ווי proud ער איז אז ער האט געארבעט אין דער פאסט אפיס.
כ'פלעג אמאל ליינען זיינע ארטיקלען און איך האב קיינמאל נישט געקענט אויספיגערן וואס ער וויל.
דאכט זיך מיר ער האט עפעס מיט'ן דעברעצינער רב (אפשר אן איידעם)

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:07 pm
דורך אפשר פארקערט
זיין שפראך איז זעלטן רייך, א מחי'
יישר כח ר' אלבערט, כה לחי - נאך אלעם איז דאך די צייטונג ביז היינט געווען דאס איינציגסטע פלאץ וואו מען האט געזען ביידע סאטמאר'ס אינאיינעם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:41 pm
דורך איך אויך
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גערעדט א האלבע שעה ווי proud ער איז אז ער האט געארבעט אין דער פאסט אפיס.
כ'פלעג אמאל ליינען זיינע ארטיקלען און איך האב קיינמאל נישט געקענט אויספיגערן וואס ער וויל.

דער אריינפיר איך אויך מאדנע ביז גאר.

איך האב געמיינט איך בין דער איינציגסטער...

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 9:35 am
דורך אביגדור
ספי ליה כתורא.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 9:43 am
דורך בן תמליון
איך מיין ער איז דער איינציקער היימישער שרייבער וואס שרייבט אויף א פערזענליכן סטיל מיט א נוסח פון טאג בוך. ער שרייבט זיינע איבערלעבענישן, געפילן, פאנטאזיעס אא'וו אזוי ווי ער לעבט עס איבער. קוקט די וואך אין צייטונג למשל, ער לייגט אראפ ווי ער גייט אין זשים פאר עקסערסייז און שווימען, "איך בין דערנאך אריין אין שוויץ זיך אראפגעלייגט און געטראכט". מיר דארפן מער אזאנע שרייבער מיין איך. זיין שרייבן איז ארגינאל און ארגינאל האט חן.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 11:34 am
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:איך מיין ער איז דער איינציקער היימישער שרייבער וואס שרייבט אויף א פערזענליכן סטיל מיט א נוסח פון טאג בוך. ער שרייבט זיינע איבערלעבענישן, געפילן, פאנטאזיעס אא'וו אזוי ווי ער לעבט עס איבער. קוקט די וואך אין צייטונג למשל, ער לייגט אראפ ווי ער גייט אין זשים פאר עקסערסייז און שווימען, "איך בין דערנאך אריין אין שוויץ זיך אראפגעלייגט און געטראכט". מיר דארפן מער אזאנע שרייבער מיין איך. זיין שרייבן איז ארגינאל און ארגינאל האט חן.

נאר דאס איז אין פולן קאנטראסט (ממש דער היפוך) פונ'ם סטייל און ציל פון שרייבן פון "הרב" ישראל מ. סופר. וועלכער האט אן אייגנארטיגן טוויסט און ספין אויף א יעדע נארמאלע מעשה און ערשיינונג. אבער, ווי ס'זעהט אויס האט די צייטונג אויכעט א קרייז פון ליינערס וועלכע זוכן אזא מין געשרייבעכץ. והא ראי' זיי שרייבן ( אזוי זאגט ער) אז זיינע ארטיקלען זענען "כמים קרים על נפש עייפה".