בלאט 1 פון 1
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:10 pm
דורך מאראנצןזאפט
בשביל ענוותנותו של רבי יאנקל נבנה בית המקדש השלישי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווי אויך הייסט עס אז די ליטווישע וועלן זיך משתתף זיין און אז א גרויס טייל פונעם שלום איז צו פארדאנקען הרב וואכטפויגל.
היינט איז ארויסגעלייגט געווארן א פלאקאט מיט א שטיקל תורה פונעם חזון איש וואס ער האט געזאגט פאר'ן סאטמארער רב ווען ער האט אים אנגעפרעגט אז דער רמב"ם זאגט דאך אז ווען אנשי עירו זענען רעים וחטאים דארף מען גיין וואוינען אין מדבר.
האט דער חזון איש געענטפערט אז די ישיבות זענען די מדבריות, א באקאנטע מעשה.
שרייט דער פלאקאט "און וואו וועלן מיר יעצט לויפן?!"
איך האלט ס'איז א גאונות פונעם מארקעטער, אזוי שארף און איבערצייגנד ארויסצוברענגען דער פראבלעם אויף א קאלסישן אייגנארטיגן וועג.
גענוג געווען מיט כולנו למערכה, החרש לא תחרישי, תיעשה כל הגולע כמדורת אש, איש בעל יעדר, קול נהי נשמע, מציון צעטליך!
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:24 pm
דורך שעפטל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ווי אויך הייסט עס אז די ליטווישע וועלן זיך משתתף זיין און אז א גרויס טייל פונעם שלום איז צו פארדאנקען הרב וואכטפויגל.
היינט איז ארויסגעלייגט געווארן א פלאקאט מיט א שטיקל תורה פונעם חזון איש וואס ער האט געזאגט פאר'ן סאטמארער רב ווען ער האט אים אנגעפרעגט אז דער רמב"ם זאגט דאך אז ווען אנשי עירו זענען רעים וחטאים דארף מען גיין וואוינען אין מדבר.
האט דער חזון איש געענטפערט אז די ישיבות זענען די מדבריות, א באקאנטע מעשה.
שרייט דער פלאקאט "און וואו וועלן מיר יעצט לויפן?!"
איך האלט ס'איז א גאונות פונעם מארקעטער, אזוי שארף און איבערצייגנד ארויסצוברענגען דער פראבלעם אויף א קאלסישן אייגנארטיגן וועג.
גענוג געווען מיט כולנו למערכה, החרש לא תחרישי, תיעשה כל הגולע כמדורת אש, איש בעל יעדר, קול נהי נשמע, מציון צעטליך!
viewtopic.php?p=122464#p122464
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:11 pm
דורך שרייבער
דזשאסט פאר די רעקארד וואס האבן די זאליס מוותר געווען?
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:18 pm
דורך טעפל
שוין, יעצט גייט מען זיך שלאגען ווער האט מוותר געוועהן פאר וועם?
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:25 pm
דורך chosen people
איך בין געוואר געווארן היינט א נייע זאך, אז עס איז דא א ערגערע זאך ווי פון די אינטערנעט, וואס ביידע ברודערס האבן זיך יא געקענט צוזאם נעמען.
איך האף זיי וועלן מאכן צוזאמען מער ווי זעקס כינוסים, אזוי ביז דערווייל וועלן אינז קענען אפ אטעמען פון די אינטערנעט טעראר.
ב. ד. וו. אויף וואס איז נייעס איז געשטאנען היינט אז במג גייט זיך נישט באטייליגן, איז עס נישט אמת?
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 12:26 am
דורך מאן דאמר
איך בין פאריגע וואך געווען ביי מיין ברודער אין שטוב
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 3:22 am
דורך אניהקטן
אזוי מיר נישט דיר נישט איז דער גאנצער פראטעסט זונטאג אן אנערקענונג אין די אגודה'ס שיטה. יעדער ווייסט אז די גזירה פון גיוס אפעקט נישט די קנאים. די מדינה איז נישט אינטערעסירט צו נעמען די קנאים אין מיליטער, פאר די זעלבע סיבה וואס זיי ווילן נישט די פאלעסטינער, זיי ווילן נישט די צה"ל זאל אויסקוקן ווי מאה שערים.
ווי אויך האבן די קנאים קיינמאל נישט גענומען קיין דיחויי צוליב לימוד התורה נאר זיי זענען זיך געגאנגען משוגע מאכן און באקומען א פולן פטור. די נייע געזעץ וועט זיי דערפאר נישט עפעקטן קיין כי הוא זה.
היינט צוטאגס איז אזוי גרינג זיך משוגע צו מאכן און באקומען א פטור אז נאר אמת'ע משוגעים מאכן עס נישט דורך... דאס מיליטער ווייסט פון דעם טריק אז די בחורים מאכן זיך משוגע און מאכט א שווייג. איז די קנאים וועלן זיך ווייטער משוגע און מפטירין כדאתמול.
דער כעס פון די מדינה איז קעגן די אגודה קרייזן וואס נעמען געלט און גיבן גארנישט צוריק פאר די מדינה, און 'זיי' וויל די מדינה רעקרוטן צום מיליטער. לאפיד און די אלע אנטי-חרדים זאגן קלאר, מען קען נישט נעמען אן צוריקגעבן. יעצט וואלטן די סאטמארער זיך געדארפט אויפשטעלן און פראטעסטירן קעגן די אגודה, עטס זעטס ווי ענקער שיטה האט ענק געפירט? אנשטאט גייט סאטמאר און גיט חיזוק פאר די אגודה מיטן פראטעסטירן קעגן גיוס בני הישיבות האגודאים.
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 3:24 am
דורך זר זהב
איך שפיר אויך אז סנישט גלאטיג. זיי נוצן אויס די חסידים
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 5:34 am
דורך אניהקטן
די פראבלעם פון די חילונים ארויסגעברענגט אין איין ליד
פון אונז רייסט מען הויכע טעקסעס, און די געלט גייט פאר די חרדים וואס גייען נישט אין מיליטער!!!
http://www.youtube.com/watch?v=NU_dpb0IDYg
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 7:50 am
דורך אבי גערעדט
די טענה איז א אלטע טענה, סאטמאר האט אבער א אויסגעטרעטענע מהלך איבער פראטעסטן, און ריבו עם איז אייביג געווען א הויפט פריאריטעט, אפילו נישט יעדער איז איינשטומינג מיט אינזערע שיטות
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 8:34 am
דורך איך אויך
עס גייט ארום א טעקסט אז בעלזער רב האט געהייסן זיינע חסידים זיך משתתף זיין.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:33 am
דורך איציק
מאן דאמר האט געשריבן:איך בין פאריגע וואך געווען ביי מיין ברודער אין שטוב
טאקע זייער שיין. אבער וויפיל ביליאנען און וויפיל חסידים האט דיין פאטער איבערגעלאזט ירושה?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:37 am
דורך איציק
אניהקטן האט געשריבן:אזוי מיר נישט דיר נישט איז דער גאנצער פראטעסט זונטאג אן אנערקענונג אין די אגודה'ס שיטה.
שיינע סברא. אבער וואס איז מיט די רבני העדה החרדית, זיי ווייסן נישט פון דעם סוד?
און די אגודה זעלבסט, פארוואס פראטעסטירן זיי נישט? זיי ווילן זעהן זייערע בחורים אין גרינע מונדירן?
און אז מ'רעדט שוין, פארוואס האט די עדה מוחה געווען קעגן די ליבה? דאס האט דאך אויך נישט געהאט צו טוהן מיט די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט!