בלאט 1 פון 1

וועלכע מידיא שפילער צו קויפן

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
פארגאנגען זענען די צייטן ווען מען האט געקויפט א פשוט'ע קליינע טעיפ-רעקארדער, אדער א גרויסע בומ-באקס און סי.די. שפילער, וואס האט זיך געפינען אין א יעדע שטוב פאר קליין און גרויס. דאס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז שוין די MP3 עפאכע, טעיפס איז שוין מאן דכר שמיה, סי.די.'ס איז שוין אויך אויף הינערנע פיס, און די MP3 נעמט איין די וועלט.

מיין שאלה איז, וואס קויפט מען אינדערהיים? איך האב א קאלעקציע פון אסאך אלבומ'ס, ווי אויך יעדע נייע סי.די. וואס איך קויף ווערט תיכף אראפגעקאפיעט אויף MP3, און איך וויל האבן א גוטן סיסטעם אינדערהיים. וואס טוט מען?

די פשוט'ע עצה וואס רוב מענטשן נוצן, איז קויפן א iPod און צוקויפן ספיקערס דערצו, עס זענען פאראן צענדליגער סארטן ספיקערס, פון קליין ביז ריזיג, וועלכע באהעפטן זיך ספעציעל צו עפל'ס איי.פאד, און טוט עס רעטשארדזשן אין די זעלבע צייט. עפל איז כמעט די איינציגסטע אויף די מארקעט מיט א אויסוואל פון MP3 שפילער, מערערע סארטן, און לויפן פון 2 גיגאבייטס ביז 160. אויך קען מען האבן א "כשר'ע" איי.פאד קלעסיק, וועלכע האט נישט קיין חששות פון אינטערנעט אדער אנדערע איבלען רח"ל.

מערקווירדיג אז עס איז נאך נישט פאראן קיין עכטער קאמפעטישאן צו עפל. סעמסאנג איז די איינציגסטע וועלכע האט ארויסגעגעבן א געלעקסי שפילער, וואס איז א קאמפעטישאן מיט די איי.פאד טאטש, און ביידע קאסטן עטליכע הונדערט דאלער און האבן אלע רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די היינטיגע סמארטפאונס (חוץ טעלעפאן סערוויס, אבער אינטערנעט דורך ווייפיי יא), און ממילא זענען זיי נישט געאייגענט פאר א אידישע שטוב ווי די קינדערלעך זיצן דערביי און שפילן זיך דערמיט.

די אנדערע MP3 שפילער קומען פון קאמפאניס ווי SANSA, און זיי זענען כמעט נישט ווערד, קודם האבן זיי נישט מער ווי 4 ביז 8 גיגאבייטס, און כאטש מען קען צולייגן א SD קארטל איז עס גאנץ קאמפליצירט, איך האב שוין 2 שטיק דערפון און כסדר שטויס איך זיך אן אין פארשידענע פראבלעמען. למשל, אז דו לייגסט ארויף די ניגונים אויף קאמפיוטער #1, וועט עס א צווייטער קאמפיוטער נישט טרעפן. אויך האט עס א פיצעלע סקרין מיט פיצעלע קנעפלעך. און די ספיקערס וואס מען דארף צוקויפן דערצו איז נישט דירעקט, נאר מיט א ווייער וואס טוט זיך כסדר צובייגן און צוברעכן, און איך בין שוין קראנק און מיד בלע"ז דערפון.

נו אויב אזוי, וועט איר שרייען, וואס פארפירסטו? גיי צו עפל, און פטור-אנ-אייסעק. איז אזוי. קודם כל, עפל איז זייער טייער. קאמפעטישאן איז גוט פאר די קאנסומער, און דאס איז נישטא צום געפינען אין דעם פאל. נאכדעם, האב איך גאר אסאך אלבומ'ס אין WMA פארמאט וואס עפל לייענט נישט, און הגם מען קען עס טוישן צו MP3 נעמט עס אסאך צייט און געדולד. און בנוסף לזה, האב איך א ווינדאוס קאמפיוטער (נישט קיין עפל, מעק), און איך האב פיינט דעם קאמפליצירטן איי.טאנס בתכלית השנאה, איך וויל נישט דארפן יעדע זאך אנקומען צו זיינע טובות.

איך וויל וויסן, וואס נוצט רוב עולם היינט-צו-טאגס פאר מוזיק שפילער אינדערהיים? טאמער נוצט איר איינס, זענט איר צופרידן אדער נישט? וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע? וואס וואלט איר רעקאמענדירט?

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:28 pm
דורך געפילטע פיש
דיין קאמפיוטער אינדערהיים איז אנגעצונדען א גאנצע טאג? אויב יא קענסטו עס נוצן ווי א dlna server און סטרימן צו אסאך מידיע פלעיערס. אדער קענסטו נוצן א בלו-טוט שמוטשיק באהאפטן צו די AUX פון דיין Sterio system און קענסט דערצו שפילן פון עני בלוטוץ ערמעגליכטע דיווייס.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 5:27 pm
דורך שמעקעדיג
איך נוץ נישט קיין קאמפיוטער אינדערהיים רח"ל אקעגן דעם דעת רוב רובו גדולי זמנינו...
און אפילו יא, קענען מיינע קינדער נישט האבן קיין צוטריט דערצו.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 7:29 pm
דורך אליצפן
נוץ א סענסא קליפ ווי אלע יודן.
פוי ווער וואגט נאך היינט צו קויפן א טריפה'נער אייפאד נגד דעת כל גדולי ומאורי הדור...
גראדע זעה איך אלץ ביליגער מוזיק שפילערס פון COBY און נאך קאמפעניס, אבער צו דעם דארף מען אויך א AUX WIRE.

נשלח: מוצ"ש יוני 08, 2013 9:58 pm
דורך פסיכאלאג
איך האב גראדע א גיטע קאנדישאן אייפאד קלאסיק, הונדערט זעכציג, סעליגט מיר שוין און טראנק א יאר, סעאיז פאלי לאודעד פארשטייט זיך נאר יודישע סי,די'ס,
מער ווייניגער יעדער יוד וואס האט אמאל ארויס געגעבן א סי,די,
למעשה ברויך איך עס נישט, דאס האב איך צום פארקויפן אויב סעאינטערעסירט אייך ביטע קאנטאקט מיר און אישי,
בד''וו סעוואלט כדי געווען צו עפענען אן אשכול פון קויפן און פארקויפן זאכן דא אויפן שטיבל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:40 am
דורך שמעקעדיג
אליצפן הגרוש האט געשריבן:פוי ווער וואגט נאך היינט צו קויפן א טריפה'נער אייפאד נגד דעת כל גדולי ומאורי הדור...


שמעקעדיג האט געשריבן:אויך קען מען האבן א "כשר'ע" איי.פאד קלעסיק, וועלכע האט נישט קיין חששות פון אינטערנעט אדער אנדערע איבלען רח"ל.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:55 am
דורך זר זהב
פסיכילאג וואס וועט זיין מיט גילו? פאר וויפיל פארקויפסטו עס?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:33 am
דורך אליצפן
שמעקעדיג, א אייפאד קלאסיק קען האבן געהעריג ווידיאו.
די רבנים האבן עס אויך געאסר׳ט, זעסט דען נישט די צעטלעך אין מקוה יעדער וואך ווי עפעס א רב שרייט ״ ווידער דער אייפאד איז געווען מיימינים און משמאלים וכו״
כ׳האב א קאזין א 17 יעריגער בחור׳ל וואס האט אזא ״כשר׳ע״ אייפאד קלעסיק, און דו ווילסט נישט וויסן וואספארא ווידיאס ער האט אלץ אויף דעם רח״ל.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:18 am
דורך לעיקוואד
אליצפן הגרוש האט געשריבן:כ׳האב א קאזין א 17 יעריגער בחור׳ל וואס האט אזא ״כשר׳ע״ אייפאד קלעסיק, און דו ווילסט נישט וויסן וואספארא ווידיאס ער האט אלץ אויף דעם רח״ל.


פארוואס מיינסטו ער וויל נישט וויסען? עס זעהט אויס אז פאר דיר לפחות איז עס זייער אינטרעסאנט און דו ווילסט יא וויסען, והא ראיה דו ווייסט..

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:03 am
דורך אליצפן
לעיקוואד, איך ווייס ווייל ער האט מיך געוויזן. און אז ביזט שטארק נייגעריג קען איך דיך שיקן אין אישי די נעמען פון די מאוויס וואס ער האט אויף דעם.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:18 am
דורך משולם שטיינפעלד
דארפסט נישט קריכן ביז אישי.

ער האט 24, און אפשר אויך פריזאן ברעיק.

נישט אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, אבער דו מאכסט עס כאילו ער האט עקס רעיטעד מאוויס

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 6:27 am
דורך אליצפן
כ'האב נישט געזאגט ער האט עקס רעיטעד מאוויס, אבער ער האט פלענטי R רעיטעד מאוויס וואס קיין שום טאטע וואלט נישט געוואלט זיין זון זאל האבן.
דו מאכסט עס כאילו ווילאנג מהאט נישט עקס רעיטעד מאוויס איז נישט געפערליך, דו פארגעסט אבער אז היינטיגער מעין סטרים מאוויס זענען אוסטערליש שמוציג און נידריג, און קען שרעקליך שאטן פאר א יונגער בחור.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:04 am
דורך שמעקעדיג
הונדערט פראצענט. א דאנק אליצפן, איך האב דאס נישט געוואוסט, און עס איז קלאר נישט פאסיג פאר קינדער צו האבן אין שטוב.
מיין שאלה ווערט נאר שווערער. איך מיין אז עס איז דא פלאץ פאר א היימישע MP3 פלעיער, מען קען שיין פארדינען דערויף..

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:23 am
דורך אליצפן
וויפיל גיגעבייט ווילסטו ס'זאל האבן? ווייל קלענערע פלעיערס וואס נעמען אן א מייקרא סד קארד איז דא גאר אסאך, אויסער דער פאפולערע סענסא קליפ איז דא אביסל א גרעסערע מאדעל פון סענסא, און אויך איז דא פון coby און sony קלענערע mp3 פלעיערס. עיין בעמעזאן ותמצא נחת.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:23 am
דורך לעיקוואד
אויב איינער האט נישט פארשטאנען, איך האב געמיינט מרמז זיין אז ס'איז נישט קיינער'ס ביזנעס וואס זיין קאזין טוהט אויף זיין אייפאד. אויך אויב איז ער א זיבעצן יעריגער בחור.

שמעקעדיג'ס שאלה איז עפעס אנדערש.


בכל אופן, איז מיר נישט קלאר וואס איז די הגיון פון זאגען אז יעדער מכשיר וואס ארבעט אויף דעם ווידיאו איז אסור, אפילו אין א שטוב מיט קינדער. פונקט ווי עס זענען דא כשר'ע און טריפ'נע טעיפס, ביכער, צייטונגען, און מאגאזינען, איז אויך דא כשר'ע און טריפה'נע ווידיאו'ס און מאוויס. עלטערן וואס האלטן אויג אויף זייערע קינדער זאלן האלטן אן אויג וואס גייט אריין אין די מאשין, פונקט ווי ער האלט אויג וואס ער ליינט אזל ער אלטן אויג וואס ער זעהט. פארוואס צו מאכען אן איסור כללי אויף ווידיאו און מאוויס אדער אויף א מאשין וואס קען זיי שפילען?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:37 am
דורך דעת תורה
סאיז מער פון דעם. אין א אייפאד קענען די קינדער גארנישט צולייגן אן דיין וויסן זינט עס איז באהאפטן צו דיין אייטונס. (לפי ידיעתי קען מען נישט קאנעקטן איין אייפאד צו 2 אייטונס. אבער אפשר קען מען יא? אבער אפילו סתם אזוי מיין איך אז מען קען עס לאקן)

לפי זה איז דער מאווי פלעיער אייפאד מער אפגעהיטן פון ליפא שמעלצער'ס ניגונים... ווי די אומשולדיגע סאנסא קליפ וואס מען רוקט אריין א טריפה'נעם ס.ד. קארטל און ה' ישמרנו.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:44 pm
דורך זר זהב
לעיקוואד האט געשריבן:אויב איינער האט נישט פארשטאנען, איך האב געמיינט מרמז זיין אז ס'איז נישט קיינער'ס ביזנעס וואס זיין קאזין טוהט אויף זיין אייפאד. אויך אויב איז ער א זיבעצן יעריגער בחור.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xNL0bU5BQ24[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:50 pm
דורך געפילטע פיש
כ'חאפ נישט.