בלאט 1 פון 1

פלעצער פאר ערוואקסענע צו גיין פארברענגען

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:26 am
דורך אליצפן
איך האב געוואלט פרעגן דעם עולם דא צו ווייסט איינער אפשר פון א גוטער פלאץ דא אין ניו יארק אדער ניו דזשערסי ווי איך קען גיין אינדזשויען מיט אפאר חבירים פאר א 4-5 שעה?
איך זיך דער טייפ פלאץ וואס האט פעינטבאלל שאטינג, לעיזער טעג, און באולינג,אא''וו אבער אלץ פאר ערוואקסענע נישט פאר קינדער.

אויך אויב איינער ווייסט פון א גוטער פלאץ ווי מ'קען גיין גיין דזשעט סקיינג אדער atv'ing דא אין אומגעגענט ווערט ער געבעטן צו שערן די אינפארמאציע.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:16 am
דורך George
Any one to answer the call? Please

Thank you

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 3:09 am
דורך שלשלת
אין די קעטסקילס - איך געדענט נישט פונקטליך וועלכע עקסיט - בין איך אמאל געווען סנאו-טובינג. מען קען דארט אויך גיין סקיען, אד"ג

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 4:08 am
דורך אליצפן
דן מיינסט אפשר האלידעי מאונטען וביי עקזיט 107?
איך קען יענער פלאץ ס׳איז צו ווייט צו פאר אהין פון די שטאט.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 6:04 pm
דורך געפילטע פיש
www.rockawayjetski.com/
ס'דא נאך פלעצער אויף לאנג איילענד, גוגל איז דיין פריינד.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:06 pm
דורך אליצפן
איך ווייס פון גוגל, אבער קודם כל האב איך געוואלט הערן פון היימישער וועלכער פלאץ איז גוט וכדו', און אויך לגבי atv's האט גוגל נישט וואס צו זאגן, די נענסטער פלאץ וואס ער טכעפט אין ניו יארק איז אין ראקסבערי וואס איז דריי שעה אוועק פון שטאט.
אזוי אויך לגבי די אנדערע דריי זאכן האב איך געזוכט א פלאץ וואס האט מער ווי נאר איינע פון די זאכן, און גוגל פארשטייט בשום אופן נישט אזא בקשה. ער געט נאר פלעצער ווי מען קען אדער נאר באולען, אא''וו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:36 pm
דורך למדן
וואו זענען די מקואות אין ב.פ. (סאטמאר)?