בלאט 1 פון 2

עצות און טיפס פאר די קאנטרי

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:16 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אויב די הנהלה האלט אז עס קומט ענדערש אין אחיעזר, זאלן זיי עס אריבערפירן.

עס איז יעצט די צייט וואס אחינו בני ישראל גרייטן זיך צו פארן אין קאנטרי אריין. מען גייט נעמען פעק און זעק, איינשפאנען די קינדער און רינדער, זיך אויפהייבן און וויילן אין קאנטרי. מאנכע לאזן איבער די ווייבער דארט און ארבעטן משבת לשבת אין שטאט, וויילנדיג אין קאנטרי בלויז פון דאנערשטאג ביז מאנטאג. אנדערע, מייסטנס כולל יונגעלייט אדער די וואס האבן ארבעט דארט, וויילן די גאנצע וואך צווישן די בערג, זיך אויסריענדיג אויף די פרישע לופט און לאזן די משפחות מיט די קינדער וואויווענען אויף די גראזן.

ס'איז נישט קיין ספק אז יעדער פון אונז האט געזען במשך די יארן פון עקספיריענס געוויסע זאכן וואס איז פראקטיש און כדאי מיטצונעמען אין קאנטרי, אדער עצות פארשידענע וואס מאכן גרינגער דאס לעבן אין קאנטרי, וואס אויב מען ווייסט דאס פון פריער קען מען זיך פיל גרינגער מאכן און פארדינען דערפון. יעדער איינער האט זיך זיינע סודות און מעשיות, ווי אזוי מען האט עפעס פארגעסן און זיך געמוטשעט אינעם זימער דערמיט.

עס איז דעריבער א פיינע געדאנק אז יעדער זאל דא אויסשמועסן זיינע טיפס, עצות און הדרכות בנוגע די קאנטרי. איך קען זען אז דא זאל ווערן א רייכע אשכול פיל מיט זאכליכע עצות וואס קען יעדן צונוצקומען.

אדרבה. זאל דער עולם שרייבן און קלוגער מאכן אנדערע אידן לתועלת הרבים.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:24 pm
דורך פיינע קאווע
איך גיי נישט אין קאנטרי ב"ה. איך וויל נאר מחזק זיין די אלע וואס גיין. ביטע גייט ווייטער. גייט פאר 7 חדשים אדער מער. צוויי חדשים א יאר וואס איך האב פיין פארקינג איז נישט אוועקצומאכן און איז צו ווייניג.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
ביי אבינו מלכנו "בטל מעלינו גזירות קשות" האבעך אינזין קאנטרי און קעמפ. דאס איז פון די שווערסטע גזירות אויף אידן.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:58 pm
דורך הקטן
לאז ארויס דעם באשעפר, גיי נישט! פינטל.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי נישט, אבער דו קינדער "מוזן" דאך גיין אין קעמפ, און ס'איז הא בהא תליא.
מי יגלה עפר מעיניך הרב מסאטמאר, וואסאפארא חורבן און חילול ה' עס קומען ארויס פון די "צניעות'דיגע קעמפס און קאנטריס", אין די קאנטריס אליין הערט מען מכשולות (עיי' מאחורי) און אין שטאט די צייט איז אויך נישט אוועקצומאכן (עיי' נח"ש רז"ב), געלט און הארץ ווייטאג קאסט עס, דער חילול ה' אין ואלמארט איז איום ונורא, וכן הלאה.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:47 pm
דורך מורינו הרב
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול.

מען האט נישט גערעדט דא 'אויב' מען זאל גיין אין קאנטרי. דער אשכול איז געגרינדעט פאר די קאנטרי גייער, וועלכע פראקטישע זאכן מען דארף זיך צוגרייטן פון פריער אדער בשעת מעשה, זייענדיג אין קאנטרי.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:42 pm
דורך קינות גירושין
כוויל דא בעטן פון אלע מיינע כולל אינגעלייט שכנים, בעטס מיך נישט איך זאל קער נעמען פון ענקער פאסט די צוויי חדשים, א גאנץ יאר האב איך נישט באקומען א פרישע שטיקעל געבעקס אדער א שטיקעל קוגעל פאר טועמיה ,
כהאב פארלוירען די אינטערעסע צו גיין די עקסטרע מייל פאר ענק

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:44 pm
דורך איך אויך
קינות'ל טייערע פליז טריי טו טשיר אפ עי ביט ,עס טוהט מיר וויי דיך צו זעהן אזוי דאון אין אלע אשכולות.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 5:12 pm
דורך קינות גירושין
פארדעם בוזטו דא, צו משתתף זיין בצערי!
זינג נישט טשיר אפ, נאר טו צום זאך, טריי מיר צו ברענגען א שידוך, אזוי ווי חברי היקר הצדיק טוט כסדר

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:57 pm
דורך דעת תורה
שמעקעדיג האט געשריבן:מי יגלה עפר מעיניך הרב מסאטמאר, וואסאפארא חורבן און חילול ה' עס קומען ארויס פון די "צניעות'דיגע קעמפס און קאנטריס",


לאז אים ארויס פון בילד ער האט נישט איינגעפירט דעם מנהג אמעריקע אוועק צו פארן זומער פון די שטאט.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:12 pm
דורך George
א וויכטיגע זאך צו געדענקען

ווען מ'בארגט פון וואל מארט עירקאנדישאנס וכדומה, נישט פארגעסן צו האלטען די רעסיט, מ'קען פארמיידען אומאנגענעמליכקייטן.

נישטא ווער זאל לאכען...

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:50 pm
דורך שמעקעדיג
דעת תורה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מי יגלה עפר מעיניך הרב מסאטמאר, וואסאפארא חורבן און חילול ה' עס קומען ארויס פון די "צניעות'דיגע קעמפס און קאנטריס",


לאז אים ארויס פון בילד ער האט נישט איינגעפירט דעם מנהג אמעריקע אוועק צו פארן זומער פון די שטאט.

נישט ער האט איינגעפירט די קעמפס? אזוי געדענק איך ליינען אין דער איד.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:11 pm
דורך דעת תורה
די ערשטע קעמפ, אגב, האט קלויזנבורג געמאכט.

דער מנהג המקום איז געווען אז יעדער איינער איז ארויסגעפארן זומער פאר ניין וואכן - די צייט ווען די אלגעמיינע שולע איז געווען פארמאכט פאר די זומער וואקאציע - אין די קאנטרי. (האסט אמאל געטראכט קעגן וואס האט דער רבי מתקן געווען 9 וואכן דוקא? אויב וועגן ראיות אסורות וואלט מען געדארפט פארן תיכף נאך שבועות און צוריק קומען אלף סליחות).

די קינדער האט מען אדער מיטגענומען אין די קאנטרי ווי זיי האבן אפגע'בטל'ט דעם גאנצן זומער, אדער געשיקט אין קעמפס וואס לערנען תורה איז נישט געווען אויפן פראגראם.

דאס איז געווען די המצאה פון א היימישן זומער קעמפ. פארט איז זי קיינמאל נישט געווארן די זומער פיליאלע פונעם גאנץ יעריקן מוסד. עס איז געווען ווי א עקסטערע מוסד, אנדערע ארבעטער און א אייגענעם בוזשעט. ווי אויך איז (געווען) זייער מצוי אז קינדער פון איין מוסד זאלן זומער גיין אין א צווייטן קעמפ.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:41 pm
דורך נולד מאוחר
באשטעלן פאן ליין געניג פרי.
ווער געוואר אויב סדא אינטערנעט, ווער איז די פראוויידער. פון שטאט קען מעם אנטלויפן פונעם איטערניט נישט.
רענט א וואשמאשין דרייער ביי rac פענסילוועניע. אויב דיין באנגעלוי האט נישט.

עצות און טיפס פאר די קאנטרי

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:47 pm
דורך געפילטע פיש
קוואדערס קען מען באקומען ביי משה מצגר אין שומר שבת, אויסגעשפראכן Not for business use.
נישט פארגעסן ארויפצולייגן נעמען אויף די אונטער וועש מ'זאל זיך נישט צומישן מיט די נעקסטע באנגעלוי.
נישט פארגעסן צו פאקן גענוג זאקן פאר די ניין טעג.
אויב זענט איר סענסיטיוו צו קריכעדיגע, ברענגט גענוג אףף פארן זומער, אזוי וועט איר נאר האלב צוביסן ווערן.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:54 pm
דורך זר זהב
און פארגעסטס נישט די בארא פארקע רעדיא'ס

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:05 pm
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:פון שטאט קען מען אנטלויפן, פונעם איטערנעט נישט

:like :like :like

זר, וואס איז דאס בארא פארקער רעדיאס?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:37 pm
דורך זר זהב
אין די סאטמאר אינגעל קעמפ האבן בארא פארקע קינדער געהאט איין סארט וואלקי טאלקי, פלעגט מען עס רופן די בארא פארקע רעדיאס.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 3:58 am
דורך ר' שמחה
דעת תורה האט געשריבן:די ערשטע קעמפ, אגב, האט קלויזנבורג געמאכט.

דא א בילד פון ר' שרגא פייבל מענדלאוויטש מיט נאך אין קעמפ, נאך פאר דער קלויזענבורגער רב האט באטרויטן די אמעריקאנע ערד.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:05 am
דורך דעת תורה
איך רעד פון א היימישע קעמפ מיט א תורה פראגראם.

ליין מיין צווייטע העלפט תגובה

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:34 am
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:פארדעם בוזטו דא, צו משתתף זיין בצערי!
זינג נישט טשיר אפ, נאר טו צום זאך, טריי מיר צו ברענגען א שידוך, אזוי ווי חברי היקר הצדיק טוט כסדר

חברי השטיבל צו די גרויסע שמחה, אזוי ווי הרב גאלדנבערג שליט"א אב"ד סאטמאר וואודרידזש (עיין זר) 'עסט אי"ה בעידן דחדוותא איינלאדענען (כמעט) אלע

עצות קעגן מאסקיטאוס

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:47 pm
דורך למדן
וואס קען מען טוהן קעגן מאסקיטאס?
סיי אויב מען איז אין די שטאט אדער אין קאנטרי איבעראל רוקן זיי זיך אהן און מאכן פון אונז כסעודת שלמה בשעתו און לאזן אונז איבער צוביסן,
אףף העלפט נישט קיין סאך (אביסל יא), עס איז דא נאך עצות ווי ליכט טרעפס וכדו' איז דא זאכן וואס דער עולם נוצט און ס' העלפט?
(איין זאך וואס איך נוץ לעצטנס איז טרונקן לעמאן דזשוס, לכתחלה האב איך עס געטון אלס גם לי גם לך לא יהיה ווילסט מיין בלוט זאל עס כאטש נישט זיין זיס, אבער עס העלפט לפלא)

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
מודה אני לפניך אוי מלך חי וקים