בלאט 1 פון 1

בלק איז דעפרעסט, סטראשעט עסקנים מיט דאס ערגסטע

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:51 pm
דורך זר זהב
א' קרח איז געקומען און געגאנגען, קרח האט געהאט 2 אסיפות איין ריזיגע כינוס אויף יוניאן, און איינס אויף א אביסל א קלענערן פארנעם
אויף טעילאר. אלעס צוזאמען האט מען קרח'ן געגעבן זיין שעיר.

א' חקת איז געקומען און געגאנגען, געווען א ריזיגע פראטעסט אין מאנהעטטען, טויזענעטער פון אלע קרייזן האבן אפגעגעבן
זייערע רעספעקט פאר'ן פרה אדומה.

און יעצט ריקט זיך אונטער בלק, און ? גארנישט. ווי ס'זעהט אויס וועט מען בלק'ן גארנישט געבן.

היינט איז ארויס א מעסעדזש פון בלק'ס היים, אינעם בריוו סטראשעט ער מיט דאס ארגסטע באגלייט
מיט קללות אויב מ'וועט נישט זעהן עפעס מסדר צו זיין לכבודו.

וועלן זיך אויפ'ן רוף פון די רבנים מארגן צוזאמענקומען אין זאבליטוב ביהמ"ד מטכס צו זיין וואס מ'קען אהערשטעלן פאר בלק'ן. ווער
ס'האט איידיעס זאל דא שרייבן.

מיט רעספעקט כמובן, נישט צימעס'ן