בלאט 1 פון 4
PTEX ביזנעס קאנפרענץ
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:06 am
דורך [NAMELESS]
די דעילי נאס באשרייבט די פי טעק ביזנעס קאנפרענץ, וואס דארף צו זיין די ערשטע אזא זאך פאר חסידים
http://www.nydailynews.com/new-york/bus ... -1.1366515
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:27 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:47 am
דורך שמעקעדיג
נישט פרשת חי-KAS ?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:19 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:57 pm
דורך אביגדור
מי ומי ההולכים?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך כאפ נישט. וואס האט די עולם געהאלטען??
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:13 pm
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:15 pm
דורך קאווע טרינקער
לאמיר רעדען אביסעל אפען, כאילו מיר זענען אין קאווע שטיבל.
הרב מענדל האפפמאן, קומט פון א רייכע (אבער רייכע) משפחה; זיין שווער איז רייך ווי קרח און בלק צוזאמען. אזא איינער, טראכט נישט 7 מאל איידער ער אינוועסט אין א ביזנעס, ער שוויצט נישט די ערשטע 3 יאר ביז מ'זעהט רווחים. אזא איינער דארף נישט קיין קאללעדש דעגרי. ער פארמאגט גראדע א פיינע עדיטוט, גוטע מידות, וואס נאך דארף מען צו מאכן מיליאנען ?
צוריק צום ענין.
א אינגערמאן מיט א של-ראש, און א חלום זיך אריינצולייגן אין א ביזנעס וואס איז לפי טעמו ורוחו, וואס אומער ס'זאל זיין, דארף נישט קיין קאללעדש דעגרי. פארשטייט זיך, אז ס'מוז זיין אדער א) א שטארקע רצון ב) איבריג געלט צו אינוועסטען.
יוצא מן הכלל אויב איז דאס א סארט ביזנעס וואס מ'דארף א לייסענס, און דער לייסענס פארלאנגט א שטיקל דיפלאמע.
וויפיל מענטשען האבן עכטע גוטע קעפ?
(המשך יבוא, מארגן)
LTB 2013
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:29 pm
דורך איוואן
איך האב נאכנישט געזעהן מ'זאל רעדען דערפין ביי אונז אין שטיבל, אויב יא ביטע אהינפירן.
נעכטן איז פארגעקימען א ביזנעס סאמיט פאר די אידישע קאמיוניטי אנגעפירט דורך פיטעקס.
דא האט איר א לעבעדיגע באריכט
http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/אן ארטיקל פון די דעילי ניוז (זיי זענען געווען איינע פון די ספאנסערס)
http://www.nydailynews.com/new-york/bus ... -1.1366515
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:41 pm
דורך איוואן
אנטשילדיגט. שכח פארן אהערפירן
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:08 pm
דורך ממרום שלח אש
http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/אבזערוואציעס
קוקט אויס מהאט געהייסן דעם עולם לאזן די היטן אין די קאר, רעקל איז אפשענאל.
מ'זעט וויכטיג מאכער פון אייוועלט, זעט אויס ער האט געקריגן א פרי טיקעט פאר זיין אינטערוויא.
דער ערשטער ספיקער האט געזאגט אז ער האט ליב באקומען די אינטערנעט ווייל עס איז דא פרויען דארט. די זאל איז געווארן פיל מיט געלעכטער.
25% משתתפים זענען אויף פעיסבוק און 50% אויף טוויטער
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:12 pm
דורך קינות גירושין
קאוועלע, יא מנדי האט פיינענשעל ריסארסעס, איך קען דיר אבער ברענגן חברה וואס זיי האלטען און איין פארלירען די משפחה געלט, פלאס א נארמאלע טאטע/שווער געט נישט קיין געלט פאר א קינד צו שפילען, נאר טאמער ער זעהט אז זיין זון איז מסוגל צו פארגרעסערן די פארמעגן
איך אגרי אבער אז סאיז זייער שווער צו גיין אליינס און ביזנעס פאר א אינגערמאן פון די חאסידישע סיסטעם
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:30 pm
דורך אביגדור
לכו והתפרנסו וכו'
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:42 pm
דורך איוואן
ממרום שלח אש האט געשריבן:מ'זעט וויכטיג מאכער פון אייוועלט, זעט אויס ער האט געקריגן א פרי טיקעט פאר זיין אינטערוויא.
וועלעכע בילד זעהט מען אים? ער שרייבט אויף אייוועלט אז ער איז נישט געווען דארט.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2&start=75אגב, איך בין געווען דארט און איך האב אים נישט געזעהן.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:43 pm
דורך איוואן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:צוליב די שמחה ביי אונז האבעך נישט געקענט דארט זיין, אבער איך האב גערעדט מיט צוויי יודן וואס זענען דארט געווען, דער עולם איז זייער אימפרעסס'ד פון די מעמד... אין פאקט אויפן אימעיל גרופ איז דא א דיבעיט וועכע דרשה ס'געווען די בעסטע... יעדער האלט אז ס'דא אסאך גוטע, און מ'קען זיך נישט פאראייניגן וועכע ס'איז געווען די בעסטע...
העמער ווארטן צו הערן אביסל דעטאלירטע באריכטן...
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:51 pm
דורך גנדי
איך בין געווען נעכטען ביי די אסיפה פון "לאמיר רעדן געשעפטען" - ס'איז געווען א געלונגע מעמד העכער אלע מיינע ערווארטונגען.
אזא אסיפה איז זייער זייער וויכטיג פאר אונזער היימישע עולם, און איך האלט די אסיפה האט אסאך אויפגעטוהן.
איך האף מען וועט מאכן נאך אסאך אזעלעכע אסיפות.
(די פרייז איז געווען אביסל צו טייער, אבער עס לוינט פאר די פרייז)
עני קוועשענס?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:19 pm
דורך קרעקער
די פרייז איז נישט געוועהן טייער פארוואס מהאט דארט באקומען
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 7:55 pm
דורך קאמענטירער
גנדי האט געשריבן:איך בין געווען נעכטען ביי די אסיפה פון "לאמיר רעדן געשעפטען" - ס'איז געווען א געלונגע מעמד העכער אלע מיינע ערווארטונגען.
אזא אסיפה איז זייער זייער וויכטיג פאר אונזער היימישע עולם, און איך האלט די אסיפה האט אסאך אויפגעטוהן.
איך האף מען וועט מאכן נאך אסאך אזעלעכע אסיפות.
(די פרייז איז געווען אביסל צו טייער, אבער עס לוינט פאר די פרייז)
עני קוועשענס?
יא!
וואס האט עס אויפגעטון?
ווי איז מען געווען ביז יעצט?
וויפיל האט עס געקאסט?
וויפיל פערזאנען האבן אנטייל גענומען?
ווי איז עס פארגעקומען?
איך זאל פרעגן נאך ״ קוועטשאנס״?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 8:59 pm
דורך גנדי
וואס האט עס אויפגעטון?
התעוררות. חיזוק.
אזא איינער ווי די ערשטע רעדנער גערי וועינערטשאק. געקומען פון רוסלאנד אלץ קינד. פשוטע עלטערן. אנגעהויבען פארקויפען וויין אויפן אינטערנעט. היינט איז ער א מולטי מיליאנער. ער שלאפט נישט ער וויל ווערן א ביליאנער און קויפן די נ. י. טשעטס.
הדרכות. עצות.
ווי אזוי צו זיין א מנהיג. פירען א ביזנעס. מענעדזשען ארבעטערס.
ווי אזוי צו פארקויפען. מאכן סעלס.
ווי אזוי צו גיין צו א קאסטאמער.
ווי אזוי צו מאכן מארקעטינג און ברענדינג.
זקניך ויאמרו לך.
עלטערע ארטאדאקסישע פרומע ביזנעס לייט מיליאנערען. האבן געגעבן עצות ווי אזוי זיי האבן געשטיגען. מען האט זיי געקענט פרעגן פאר הדרכות און עצות.
זעהן ווי אזוי גרויסע אינוועסטארס קוקען אן א ביזנעס און מאכן דיעלס.
נעטווארקינג און קשרים.
איחוד ההיימישע ביזנעס לייט.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
דיבוק חברים.
העיקר שכחתי.
גוטע געשמאקע עסן כיד המלך. אין א הערליככ רואיגע אטמאספערע קאנטרי סטייל.
ווי איז מען געווען ביז יעצט?
גוטע קשיא.
מעני איז די נחשון.
וויפיל האט עס געקאסט?
$279
וויפיל פערזאנען האבן אנטייל גענומען?
איבער 500 היימישע פרומע ארטאדאקסישע אידן.
ווי איז עס פארגעקומען?
Dyker Beach Golf Club
אין ברוקלין. נעבן בארא פארק.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:29 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:34 pm
דורך קאמענטירער
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.
גנדי האט דאך געשריבן אז סאיז נאך נישט געווען ביז יעצט א היימישע סאמיט, און נאכדעם ווער זאגט אז סאיז נאר פאר ביזנעס פירער?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:37 pm
דורך ממרום שלח אש
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.
על פי רוב אויב גייט גוט די ביזנעס האט מען נישט קיין צייט און געדולד צו די אלע גימיקס, ודו"ק
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:48 pm
דורך נולד מאוחר
קאמענטירער האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.
גנדי האט דאך געשריבן אז סאיז נאך נישט געווען ביז יעצט א היימישע סאמיט, און נאכדעם ווער זאגט אז סאיז נאר פאר ביזנעס פירער?
די זעלבע טראכט איך אויף ליינען די אלע ביזנעס מאטוושענעל ביכער.