בלאט 1 פון 1

ספר "שמירת שבת כהלכתה"

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
היינט איז אנגעקומען די ידיעה המרה אז דער מחבר פון דעם ספר יסוד איז נפטר גווארן.
יהא זכרו ברוך.

דוכט זיך אז דער ספר, זייענדיג דער מלך פון די אלע סארט כהלכתו/כהלכתה ספרים, פארדינט א מקום מיוחד אין אונזער שטיבל.
די חידושים פון דעם ספר:
- א פנים מיט הערות, אויף אן אייגענעם סדר און שפראך. אע"פ וואס עס זענען שוין געווען אזוינע (למשל: חפץ חיים על הלכות לה"ר), איז נאכנישט געווען אויף אזא צענטראלע נושא ווי הלכות שבת.
- צוטיילט מיט אזא יעקישע פונקטלישקייט, די אלע פרקים, און הלכה פסוקות און הערות.
- נייע שאלות ווערן ארומגערעדט, און אלטע ארויסגעשניטן. (נישטא מער קיין כירה שהסיקוה בקש וגבבא, און אויך נישט קיין פאנאדי"ש...)
- געשריבן בלי פלפולים, ובלי חידושים, נאר קולע אל השערה הלכה למעשה.
- גבויעט הלכות אויך אויף *שמעתי* פון א פוסק וועלכער האט דאן געלעבט (הגאון ר' ש"ז אורבך ז"ל).
- נישט מורא געהאט פון מכריע ווי איין שיטה, כאטש ער איז מציין "ועיין גם..." מרמז זיין פאר נאך א שיטה.
- נטה קו להקל, נישט ווי רוב פוסקים האחרונים וועלכע זענען בדרך כלל נוטה אויף חומרא. מסתם קרעדיט קומט פאר הגרש"ז.
- פאסיג פאר אנשים פונקט ווי פאר נשים.
- געשריבן נישט מיט א סגנון רבני, נאר א פליסיגן לשון הקודש (או קיי: עברית).
- "אינדקס" (=מפתח ענינים מפורט) ווי עס פאסט פאר אזא חשובער ספר.

דאס איז אויך כדאי מוסיף צו זיין:
- דער מחבר האט איינגעפירט אז מען זאל לערנען מיט מיידלך אין שולע הלכות שבת. (יא, דאס וואס דיין ווייב קען בעסר פון דיר הלכות שבת, איז צו בליימן הרב נויבירט...)
- דער ספר איז איבערגזעצט גווארן אויף אנגליש, און איז זייער פאופולער, כמובן. לעצטנס איז דער ספר איבערגזעצט געווארן אויף יידיש.

א ספר וואס עקסעלט אויף אזויפיל פוינטס, איז נישט קיין וואונדער אז ער איז געווארן דער סטאנדארט וועם יעדר פרובירט נאכצומאכן.