בלאט 1 פון 1

אמעריקע'ס אישו'ס מיט נארט קאריע

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 4:12 pm
דורך רוזעוולט
איך ווייס מ'וועט קומען מיט טענות, יעצט דערמאנסטו זיך, א חודש צוריק וואלט עס "אפשר" געווען רעלאווענט...
אבער למעשה בין איך גאנץ אין צייט, ווייל ביי מיין פארטיי שלעפט זיך זאכען סך לענגער, למשל, געווענליך צוויי 1/2 חומשים נאך א' שמות קומט א' קורח. למעשה ביי אונז אין די פארטיי האט עס געדויערט "14 יאר מיט צוויי-און- א-האלב חומשים "...

צום שפיץ: מ'האט (אמאל...) גערעדט א גאנצן טאג פון "נארט קאריע".. מ'פלעגט זיך וואונדערן וואס איז דא מורא צו האבן איבער נארט קאריע, מיט וואס קענען זיי מיר (דער עוורידזש אמעריקאנער סיטיזען) אפטוהן? פון וואס האב איך (דע....) מורא צו האבן?, וואס איז זייער (אן'ס קאריע) מיליטערישע מעגליכקייטן??
אין דער לעצטע שאלה גייט אריין אלע דריי מיני מיליטערישע וועפענס, קאווענשאל, נוקלעאר, קעמיקעל.

לאמיר אנפאנגען מיטן גרעסטען קאפוויי פאר די אמעריקאנער פירער: נוקלעאר:
פאר אפאר חדשים צוריק, האט נארט געמאכט היסטארי. זיי האבן דאס ערשטע מאל מצליח געווען צו מאכן א נוקלעארע פראבע מיט א גרעסערע שטארקייט ווי דער אטאם וואס טרומאן (נישט דער ניק) האט געווארפן אויף יאפאן!
דעמאלטס (נישט פארדעם, אפילו מ'האט שוין פארדעם גערופן א נוקלער סופערפאוער) האט אמעריקע און זייער נענטסטע עליי (אין יענעם געגנט) סאוט קאריע (נאך אלעם ווערט דעם ארטיקל געשריבן אויף זייער'ס א פאון...) אנגעפאנגען מורא האבן פון דעם יונגען משוגענעם אן.

(ואל תתמה, וואס הייסט? מ'האט דאך א גאנצען צייט געשריגן און געליארמעט, אז ער מיינט סתם צו סטראשענען, ותו לא??
העל איך דיר ענטפערן, "דאס" איז געווען אמעריקע'ס סטרעטידזשי, נישט אז מהאט באמת אזוי געהאלטן...)

איבער "דאגה" נומער איינס: נארט קאריע'ס מעגליכקייט צו שיסען נוקלער אויף די 48 סטעיטס, (אדער איינער פון די אנדערע) מערצעשעם אינעם נעקסטען הודעה...