בלאט 1 פון 2
ווער איז בעה"ב: דער מאן אדער די ווייב?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:42 am
דורך John Doe
ס'זעהט אויס ווי רוב עולם ביי אונז זיצט איינגעלייגט אונטערן טיש און ציטערט פון די ווייב אימת מות. א מאן האט קוים א ווארט אין שטוב, ווער רעדט נאך אין קאך, אדער בנוגע מעבל, געשיר און אנדערע שטוב זאכן. פון זאת חנוכה טאר מען נישט אריין - נישט דא - נישט דארט - "ס'שוין פסח'דיג!" "יויש! צום וויפילטן מאל דארף איך זאגן, נוץ נישט די פענסי האנטעך אין טוילעט!!" (וואו דען זאל איך זיך אפווישן פאר א גוט יאר??), איר קענט אליין צולייגן נאך משלים...
ערגסטע איז ווען ס׳קלאפט אויס אין האקעלערע עניינים. למשל ווען איינער וויל זיין ווייב זאל עפעס טוישען, אפשר די היטל אירע זאל זיין אביסל מער אפ טו דעיט, און ער פראבירט מיט רמזים און מיט נערוועזע אקווארד געשפרעכן ארום און ארום (וואס זאגסטו צו מומע בלומא'ס נייע קאפל? די שנור, זי איז עפעס פענסי, ניין?... מיין חבר זאגט מיר אז אין קאווע שטיבל האט מען גערעדט עפעס פון פרויען היטלעך...) דערווייל ווערט ער רויט און גרין ווי א קאטשקע נאך תשליך און ס'איז בושות. יעצט גייט אים שוין בנפשו אויף עפעס צו באלעבאטעווען, גייט ער אין ביהמ"ד און ווינקט פארן בחור'ל אנצוהייבן הויכע שמענעסרע, און אין א שווערע טאג הייסט ער די גוי ברענגען א מאפ ווייל די פלאר אין פאליש איז קלעבעדיג, א קיצור ער איז אויף געהאקטע צרות. ער איז ווי א מאשקע אהן א פריץ, א שלאס אהן א טיר, א זכר אהן קיין השפעה, א מאן אהן ביצים, א דער ערד ליגער, א שלימזל, אן עוורידש חסידישער יונגערמאן, נישט קיינעם געדאכט.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 3:29 am
דורך זר זהב
שלום עליכם נאך 5 חדשים נישט זעהן
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:09 am
דורך מאן דאמר
נאטורליך איז דער מאן בעה״ב, וואו דער הייליגער משיבת נפש טייטשט ״והוא ימשול בך, און ער וועט געוועלטיגען אין דיר״
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:19 am
דורך newkave
מאן דאמר האט געשריבן:נאטורליך איז דער מאן בעה״ב, וואו דער הייליגער משיבת נפש טייטשט ״והוא ימשול בך, און ער וועט געוועלטיגען אין דיר״
'אין' דיר, נישט איבער דיר...

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:22 am
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:שלום עליכם נאך 5 חדשים נישט זעהן
טאקע געליינט אז די פאליציי האט נעכטען געטראפען John Doe אין א וועלדעל...
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:33 am
דורך קינות גירושין
מיט שכל דארף א מענטש קענען מאכען אז זיין ווייב זאל עם געבן וואס ער וויל
אז די בוזט נישט גענוג קלוג צו מאכען מיט שכל, טא בעד!
ח״ו ארויף צו צווינגען מיט געוואלד ״דא אינדערהיים בין איך בעה״ב אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין״
(דעס קען ארבעטן ביי רבנות נישט און שטוב), דארפסט מאכען אז דיין רצון זאל זיין איר רצון
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:35 am
דורך דענקער
פארוואס מוז איינער זיין בעה"ב?
פארוואס קענען צוויי ערוואקסענע מענטשן נישט לעבן ביינעזאם מיט קאמפראמיז און פארשטאנד,אן קאנטראלירן איינער דעם אנדערן?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:47 am
דורך קינות גירושין
לשיטתי איז קיינער נישט די קאנטרעלער
זיי אזוי פיין צו דיין ווייב אז זי זאל פגרן דיך צו געבן וואס דו ווילסט
(אין אזוי זאל זי אויך טון)
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:53 am
דורך יידל
כיידל ועוד לקינות ודענקער.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:53 am
דורך דבילה
אוי לבית שמתנהגת על פי אשה, שהאשה מסטרא דשמאלא וכאלו מתנהגת על פי מדת הדין הקשה, ולא יחסר חולי לאותו הבית ועניות גם כן ודבר אחר. ואשרי בית שמתנהגת על פי האיש שכל בית המתנהגת על פי האיש כאלו מתנהגת על פי מדת הרחמים, ואין מקרה רע ופגע רע יקרה באותו הבית
חסד לאברהם מעין ד' נהר מח
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 11:51 am
דורך קינות גירושין
דבילה האט געשריבן:אוי לבית שמתנהגת על פי אשה, שהאשה מסטרא דשמאלא וכאלו מתנהגת על פי מדת הדין הקשה, ולא יחסר חולי לאותו הבית ועניות גם כן ודבר אחר. ואשרי בית שמתנהגת על פי האיש שכל בית המתנהגת על פי האיש כאלו מתנהגת על פי מדת הרחמים, ואין מקרה רע ופגע רע יקרה באותו הבית
חסד לאברהם מעין ד' נהר מח
מדברי הרב הוגה באשכול אחר: איך וויל זיך צוריק האלטן פון ברענגן ראיות ומקורות. איך האב דערביי צוויי סיבות. איינס, ווייל מען קען בעצם טרעפן ראיות, מאמרים און ווערטלעך לשני הצדדים. צווייטענס, ווייל ווען דו ווילסט וויסן אויב א שיטה, סברא אדער התעמקות איז ריכטיג, דאן זאג עס נאך משמך (ווייל ווען דו זאגסט עס נאך פון א פריערדיגע חכם, וועסטו און אנדערע מורא האבן עס אפצופרעגן, און מען קען זיך גרינג נער'ן) און דאן זעה אויב עס שטימט, סיי לאגיש און סיי מצד התורה.
ממילא, לאמיר אדורך גיין דער נושא אן קיין נעמען און מקורות.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:56 pm
דורך מאן דאמר
קיינער ברויך נישט זיין בעל הבית און עס איז נישט קיין power struggle און ביידע זענען טאקע צוזאמען בעל הבית, אבער יעדער איינער האט זיך זיינע פליכטן, א מאן'ס הויפט פליכט איז צו זיין דער בעל אחריות, און די פרוי וויל ער זאל האבן די אחריות, זי קען נישט און ברויך נישט די אחריות, און זי קען נישט לעבן מיט די אחריות.
קומט אויס אז דער מאן מוז האבן דאס באשטעטיגונג כח, און אפילו ווען ער באשטעטיגט, באשטעטיגט ער אויך נאר עפעס וואס איז גוט פאר די גאנצע הויזגעזונד, ווייל ווען ער טוט נאר ואס קומט אויס גוט פאר זיך זעלבסט דאן איז ער נישט קיין בעל אחריות, ממילא זיין גאנצע בעל הביתשאפט איז יונק אויך פון איר ווילן, ממילא זענען ביידע בעל הבית.
יעצט ווען ער איז נישט גענוג א שטארקע כאראקטעט צו נעמען זאכן אין די האנט אריין, דאן וועט זי נישט אויפהערן צו קריטיקירן און פארפירן און ער וועט מיינען אז זי וויל אים איינטיילן וכו' אבער וואס זי וויל עכט איז ער זאל נעמען דעם רעדל און איר צוהעלפן.
נאך א זאך, בכדי זי זאל אים קענען געטרויען מיט די אחריות, מוז ער טאקע זיין א דרך ארץ'דיגער מענטש, און ער מוז אויך צושטעלן ווארימקייט און ליבשאפט, טאמער איז ער אבער אן אומדיציפלירטע מענטש אדער א קלטע מענטש אדער ביידע, דאן האט ער ווידער א פראבלעם.
נ"ב. נישט אלעמאל ווען די פרוי שרייט מיינט עס אז דו ברויכסט איר גיבן אן עצה אדער זיך פארענטפערן, ליבערשט נעם איבער דעם רעדל, הער אויס, פיל מיט, (אבער עכט, נישט שפיל) דאס איז וואס זי וויל, די פראבלעמען קען זיין זענען טאקע נאריש און דיינע אויגן, אבער די ביסט נישט דא אליין, דו ביסט דא אחריות אויף אלעם, און ביי יענעם איז דאס א פראבלעם.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:01 pm
דורך Starbucks
אזוי ווי מיר האבן חתונה אזוי יונג האט א יונגערמאן אלע רעכטן צו פארלאנגען פון זיין פרוי סיי וואספארא שנוים. ביי די אכצן האט ער נישט געוווסט בחייכון וואס דאס באדייט אן אשה. וואו קען מען האבן טענות ווען יעצט אז ער איז אויפגעוואקסן הייבט אים אהן צו געפעלן אזא טיפ צו אזא געשטעל?
אלזא שעם זיך נישט און לאז איר וויסן פונקטלעך וואס און ווי אזוי. פארשטייט זיך צופיקל און באפעפער דיינע אנווייזונגען מיט קאמפלימענטן און זיסע רייד. א פרוי וויל דאך געווענליך צופרידן שטעלן די מאן, אבער ס׳מוז זיין מיט א פעסטקייט, אז נישט ארבייט עס נישט. געדענק, זיי נישט קיין פוסי! ביזט א מאן! א משפיע! א כוח גברא!
מיט הצלחה!
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:42 pm
דורך שמעקעדיג
והענין מבואר באריכות יותר 'מאחורי הפרגוד' ותדרשנו משם, עיי"ש ותמצא נחת.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:46 pm
דורך דעת תורה
וואס עפעס לייגט מען אריין נארמאלע ענינים אין דעם מיסט קאסטן? א אשכול וואס א בחור מעג ליינען קען רואיג זיין לפני ולפנים, נישט מאחורי הגדר. די אחראים וואס רוקן אשכולות פון איין פארום צו די אנדערע, און צומאל רוקן זיי אריין אשכולות פונעם אפענעם פארום אריין אין מאחורי, קענען טון דאס זעלבע אויף פארקערט אויך, ארויסרוקן זאכן וואס קענען גיין דא אויך.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
א בחור האט נישט וואס צו רעדן אין שלום בית.
און מען קען רואיג שרייבן דא, נאר פאר די וועלכע וועלן עווענטועל אנקומען צו מאחורי, איז כדאי צו וויסן אז דארט רעדט מען שוין דערפון.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:41 am
דורך Starbucks
שמעקעדיג האט געשריבן:א בחור האט נישט וואס צו רעדן אין שלום בית.
ווען דען זאל ער ריידן, ווען ער איז שוין אין פעקל? זאל ער וויסן פון פאראויס וואו ס׳קען זיך אויסקלאפן פראבלעמען כדי ווען ער וועט בשעה טובה זיין אין שידוכים זאל ער זיך קענען באווארענען. לפני עיוור לא תתן מכשול, פשוטו כמשמעו!
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:51 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, איך מוז אגריען צו סטארבאקס, די אבסעסיע פון שעלטערן בחורים פון יעדע זאך וואס הערט זיך נאר טאטיש קריכט מיט אויף די געהירן, צו פיל אשכולות ליגן באהאלטן דארט וואו די זון שיינט נישט וואס וואלט געקענט אויפטוהן פי כמה אין די עפענטליך.
לאז דעם בחור לעבן!
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:45 am
דורך קינות גירושין
שמעקי איך גלייב נישט וואס מיינע אויגען ליינען די ויילסט נישט אז בחורום זאלען ליינען וועגן שלום בית?
אר יא פאר ריעל?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:17 am
דורך שמעקעדיג
אלל איי סעיד וואז, אז א בחור "פארשטייט נישט דערצו".
ער קען ליינען דערוועגן, מען קען אים אויסלערנען, אבער געווענליך האט ער נישט וואס צוצוגעבן צום ענין (אפשר אריינפרעגן). עפטער אלל האט ער דאך 0 עקספיריענס.
אבער טאמער איז רבו עלי חבריי, דעמאלס הלכה כרבים. איך מוז נישט בלייבן גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:10 am
דורך פידלער
שמעקעדיג האט געשריבן:אלל איי סעיד וואז, אז א בחור "פארשטייט נישט דערצו".
ער קען ליינען דערוועגן, מען קען אים אויסלערנען, אבער געווענליך האט ער נישט וואס צוצוגעבן צום ענין (אפשר אריינפרעגן). עפטער אלל האט ער דאך 0 עקספיריענס.
אבער טאמער איז רבו עלי חבריי, דעמאלס הלכה כרבים. איך מוז נישט בלייבן גערעכט.
ס'איז דא אן ongoing debate אין די וועלט פון קונסט אויב ווייסע קענען שרייבן/מאכן פילמס/זינגען וועגן שווארצע. קען מען ריכטיג געבן דעות אויף עפעס וואס מ'האט נישט עקספיריענסט? צו וועם געהערט cultural ownership? איך פערזענליך בין א חסיד פון cultural tourism. איך גלייב אז אין מערסנטנס פעלער קען איינער וואס איז גענוג perceptive און גענוג א גוטע ארטיסט, גוט אראפלייגן די מצב פון עפעס וואס ער אליין האט נישט איבערגעלעבט. לגבי א בחור'ס דעה אין די טעמע פון שלום בית גלייב איך אז, גערעכט, ס'איז גאר אנדערש טיאריע און למעשה. ס'איז גרונג צו אפפערן דעות ווען מ'האט נאך נישט אויספרובירט. אבער אויב איינער איז א פארשטענדליכע בחור און האט גוטע powers of perception, אדרבא, אפשר קען ער אונז עפעס לערנען. וואס שאדט אונז אים אויסצוהערן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:47 am
דורך בן תמליון
צוריק צום נושא וואלט איך צוגעשטימט צו די וואס זאגן אז א מאן און ווייב זענען נישט אין א מלחמה ווער איז בעל הבית, עס איז א שותפות און מען ארבעט צוזאמען. מיין שאדן איז דיינס און דיין ריוח איז ווידער מיין. הגם לכאורה איבער קאכן און קלינען איז די ווייב פולשטענדיק אין קאנטראל די זעלבע איז דער מאן איבער רוחניות ענינים און אפשר אויך איבער פינאנצן.
וואס וואונדערט און פאדערט א הסבר איז וואס דער פותח האשכול ברענגט ארויס אז ביים היימישן ציבור איז געווענליך דער מאן אינטערן טיש און די ווייבער מאנעווירן און שלעפן די לייצעס מער ווי אין אנדערע געזעלשאפטן. פארוואס איז דאס?
דערמאנט א ווערטל איינער זאגט ער האט אייביק די לעצטע ווארט אין שטוב, וואס די ווייב זאגט זאגט ער OK.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:25 am
דורך שמעקעדיג
בן תמליון האט געשריבן:ביים היימישן ציבור איז געווענליך דער מאן אינטערן טיש און די ווייבער מאנעווירן און שלעפן די לייצעס מער ווי אין אנדערע געזעלשאפטן. פארוואס איז דאס?
איני יודע מה אומר. ביי די ציבור וואס איך קען איז נישט אזוי דער מצב.
ס'איז געווענליך ווי א מענטש/משפחה, ווענדט זיך אין ביידענס נאטורן.