בלאט 1 פון 1
מעסיגער פרעזידענט קאנדידאט געווינט וואלן אין איראן
נשלח: מוצ"ש יוני 15, 2013 10:01 pm
דורך זר זהב
גינסטיגע נייעס פאר אמעריקע. א מאדערעט קאנדידאט
האט געווינען אין איראן. די מער קאנסערוואטיווע אויסגעשפראכענע קאנדידאטן וואס זענען געווען אליאירט מיט כאמעיני האבן פארלוירן.
דער געווינער איז כאסאן ראוואני, 60 יאר. ער האט באקומען איבער 50 פראצענט פון די שטימען.
נשלח: מוצ"ש יוני 15, 2013 10:04 pm
דורך זר זהב

- Capture.JPG (50.12 KiB) געזען געווארן 1367 מאל
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:02 am
דורך אייגענארטיג
האלסט הייסט אז איראן איז אווער...... אויב יא האסטו א טעות. די ליבעראלע פון זיי זענען אויך א סכנה.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:23 am
דורך זר זהב
כאגעמיינט אז וועסט ענדיגן מיט עפעס מער ראציאנאל. ס'נישט אווער ווייל כאמעיני האט נאך אלץ דאס לעצטע ווארט. אבער נישט יעדער דארט איז א סכנה, רוב איראניעס ווילן שלום מיט אמעריקע און זיי האבן יעצט גוט געווינען.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:05 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:גינסטיגע נייעס פאר אמעריקע. א מאדערעט קאנדידאט
האט געווינען אין איראן. די מער קאנסערוואטיווע אויסגעשפראכענע קאנדידאטן וואס זענען געווען אליאירט מיט כאמעיני האבן פארלוירן.
דער געווינער איז כאסאן ראוואני, 60 יאר. ער האט באקומען איבער 50 פראצענט פון די שטימען.
אגב. דער נאמען פונ'ם אייאטאללא וואס ציט די שטריקלעך אין איראן איז נישט כומעיני. דאס איז געווען דער ערשטער ימחשמו'ניק וואס האט איבערגענומען דיפירערשאפט אין איראן נאכ'ן דעמאקראטישן ערוויילטן פרעזידענט. דער היינטיגער אייאטאלא'ס נאמען איז כאמינאי (חאמע-נאה(.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:06 am
דורך זר זהב
איך האב נישט געשריבן כומעיני. לייג נישט אריין טינט אין מיין פעדער ביטע
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:11 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט געשריבן כומעיני. לייג נישט אריין טינט אין מיין פעדער ביטע
במחכת"ה. האסט יא געשריבן. מיט אן אלף אדער מיט א ואו, ליינטצעך די זעלבע.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:12 am
דורך זר זהב
ניין, כ'האב דירעקט געשריבן מיט אן אל"'ף ליינענדיג עס ווי א פתח.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:19 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ניין, כ'האב דירעקט געשריבן מיט אן אל"'ף ליינענדיג עס ווי א פתח.
גוט. מסכים. א גוטע וואך.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:20 am
דורך זר זהב
א גוטע וואך

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:26 am
דורך לאליפאפ
זר, אפשר ביסטו מסביר אביסעלע וואס דעם קאנדידאטס שיטה איז איבער נוקלעאר און ישראל? איך וויל פשוט וויסן און פארשטיין ווי גינסטיג די נייעס איז...
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:33 am
דורך זר זהב
ישראל?
ישראל ווער? אייכלער? שפירא? בעל שם?
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:39 am
דורך סאשי פיש
ארץ ישראל
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:42 am
דורך מאטי
ס׳נישט קיין גרויסער חילוק, דער איינציגער נפק״מ וואס איך קען טראכטן איז אז רב טוב וועט יעצט מוזן טוישן זייער באשרייבונגען.
פון: ווי איר וויסט איז דער פרעזידענט פון איראן א וואנזיניגער עקסטרעמער פארשוין און פארשטייט זיך אז דאס קלאפט אויס אויף די ארטיגע נעבאך׳דיגע אידן״.
צו: ״הגם לעצטענס בלאזן מער מעסיגע ווינטן און מ׳האט אפילו ערוועלט א נייעם מעסיגן פרעזידענט. מאכט דאס אבער גארנישט אויס לגבי דער מצב מון אחינו בני ישראל וואס וואוינען דארטן און מ׳דארף זיי (אונז) נאך אלץ העלפן״.
דאכט זיך זיי האבן שוין אזא נוסח פון ווען דער מעסיגער כאטאמי איז געווען פרעזידענט,איטס זשאסט עי קאפי ענד פעיסט אוועי.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:47 am
דורך זר זהב
א. שרייבער האט געשריבן אין איד פאריגע וואך אן איבערזיכט איבער אלע 8 קאנדידאטן, און גראדע האט ער אריינגעלייגט דעם געווינער אין די שווארכערע קאטעגאריע. דארט שטייט אזוי איבער ראוואני: "אין א בוך איבער זיין ערפארונג אלס נוקלעארע פארמיטלער, קריטיקירט ער צווישן די שורות איאטאלי כאמעיני. ער לאזט וויסן אז אויב עס וואלט זיך געוואנדן אין אים וואלט ער אויפגעקומען מיט גענוג א גוטע המצאה אויסצומיידן דעם נוקלעארן קריזיס פון ווערן דעפעריריט צו די יו ען.
.... ער מיידט אויס עקסטרעמיזם אין זיינע מיינונגען"
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:55 am
דורך לאליפאפ
שוין... נישט אזוי גינסטיג וואו איך האב געמיינט. אבער עט ליעסט אראפ מיט דעם........ פון טיש!
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 3:58 am
דורך wassup
The new president from iran
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
די נייע פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער א לשנה טובה ווינטש "פאר אלע אידן" ובפרט די אידן פון איראן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:58 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:די נייע פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער א לשנה טובה ווינטש "פאר אלע אידן" ובפרט די אידן פון איראן
פארוואס. ווייל זיי האבן גע-וואוט פאר עים?!