אלו ואלו דברי אלקים חיים.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:15 am
[justify]א איד האט אמאל געזאגט- דער גאנצער חילוק פון א מתנגד ביז א חסיד איז סך הכל 'איין רבי'. דער חסיד, גענוי ווי דער מתנגד, האלט אז אלע אנדערע רבי'ס –אויסער זיין אייגענע רבי- זענען א באנדע בלאפערס און ליידיג גייערס, זייער גאנצע מחלוקה באשטייט סך הכל איבער דער ערליכקייט פון איין רבי, דער רבי פינעם ספעציפישען חסיד.
כלפי מה דברים אמורים ? הערטס א געדאנק.
פארלאפענעם זונטאג איז פארגעקומען דער גרויסער עצרת מחאה אקעגן גזירות גיוס בני ישיבות ווי עס האבן זיך משתתף געווען אן ערך פון פופציג טויזענט אידן. אינטערעסאנט איז אז אברהם פרידמאן בעל ה'די צייטונג' שרייבט אינעם העד-ליין אז איבער 'הונדרעט טויזענט אידן' האבן אנטייל גענומען אינעם עצרת. עס האט מיר זייער געווינדערט פון ווי ער נעמט זיינע נומערן ווייל וויפיל איך בין אינפארמירט איז נישט געווען דארט קיין סך מער ווי פופציג טויזענט אידן. אריינבליקענדיג אין די קליינע אותיות איז מיר נתגלה געווארן דער עטרה ער באזירט זיין אינפארמאציע מער ווייניגער אויףן ישראל'ישע פרעסע אז זיי האבן קלאר געשריבן שווארץ אויף ווייס אז עס האבן זיך באטייליגט נישט וויניגער ווי הונדרעט טויזענט חרדים און אז זיי זענען אמודה אין די ציפערן מוז עס זיין ריכטיג. איי מר. אלבערט פרידמאן בכבודו ובעצמו איז דארט געווען און ער ווייסט ערשט האנטיג אז עס איז שקר וכזב, ס'איז קוים געווען דארט פופציג טויזענט ? אבער אויף חרדישע זשורנעליזם פרעגט מען נישט קיין קשיות דאס גאנצע זשורנעליזם באשטייט פון מלקט זיין לקוטי בתר לקוטי פון צווייפלהאפטיגע מקורות וואס שטימט מיטן איצטיגע אגענדע, בבחינת לוקט מן המלקט שלקט מן השקרן הראשון. אדער אפשר גונב מן הגנב שגנב מן הגזלן הראשון, די צייטונג גבנ'ט פון איי וועלט, וואס איי וועלט גנב'ט פון יפה בעתו, וואס יפה בעתו גנב'ט פון אלטע אידישיסטישע ביכלעך, חד גדיא חג גדיא.
למעשה בין איך נישט געגאנגען צום הפגנה. און נישט ווייל איך האלט אנדערש ווי די פופציג טויזענט משתתפי ההפגנה, נאר ווי דער רבי פלעגט זאגן, אדרבה ואדרבה טאקע ווייל איך האלט פונקט ווי זיי טאקע וועגן דעם האב איך מיך נישט משתתף געווען.
לאמיך מיך מסביר זיין:
ביי די הפגנה האבן אנטייל גענומען צוויי עלמענטען. דער ערשטער עלעמנט איז געווען דער סאטמארער קנאי'שער עולם. ביי זיי איז דאס גאנצע גזירות גיוס א געהריגע גזירות שמד ווי דאס גיין אין מילטער איז ביהרג ואל יעבור. מאנכע האלטן אפילו אז סאיז ערגער ווי רעדן עברית, וואס עברית אליין איז ערגער ווי זיך ביקן זעקס און צוואנציג מאל צו א צלם! יעצט מאכט אליינס די קאלקעלשין, עס קען זיין אז גיין אין מיליטער איז אזוי הארב ווי זיך ביקן 'זיבן' און צוואנציג מאל צו צלם ר"ל . בדרך אגב ווינדערט מיר שוין לאנג וואס געשעהט ביי די זיבן און צוואנציגעסטע ביק אז די הארבקייט פון עברית שטייגט עס נישט איבער.
דער צווייטער עלעמענט איז געווען די בני ישיבות, בעיקר פינעם ליטווישען קרייז ביי זיי איז עס א גזירה א קעגן לימוד התורה בכלליות און א קעגן ישיבות און כוללים בפרטיות. לויט זייער השקפה דארף בני ברק ווייטער אנהאלטן דעם מאמענטאם פון אהער שטעלן אן עיר שכולה כהנים ווי יונג און אלט צוגלייך זיצן און לערענען, און מיטן רחיים על צווארו געט מען זיך אן עצה דורך איינשפאנען דעם חילוני אדער דאס ווייב. לשיטתם פאדערט זיך גאר א 'היתר' פון א רב צו גיין ברענגן פרנסה(, אדער אויף זייער שפראך 'לצאת' לעבוד). יא איר האט גוט געהערט ווען א בני ברק'ער איד באשליסט צו זיין א נהנה מיגיע כפו און גייט ארויס זוכן פרנסה, ברויך ער א היתר פון א רב!!! אפשר נישט ממש א היתר אבער א 'שאלת רב' זיכער. איך זאג נישט, אויב וועט ער נישט בעטן קיין היתר וועט מען אים נישט דן זיין לשריפה אבער אויב ווייסט ער וואס סאיז גוט פאר אים און פאר זיין שלום בית וועט ער נישט גיין ארבעטען אן א קלארע צושטימונג פון א רב. בקיצור וואס זאל איך אייך זאגן עס טראגט א פנים בערך ווי די היתרים וואס די היגע רבנים געבן אויפ געבוירט קאנטראל: עס קומט מיט א זויער פנים, באגלייט מיט א קרעכטץ און א קוועטש, און צומאל מיט א גוטע שטויס פון אינטן.
יעצט ווען איר וועט כאפן א שמועס מיט א אלגעמיינער ליטווישער אינגערמאן און ער וועט אים פרעגן וואס ער האלט איבער דעם קנאי'שן געדאנק אז גיין אין מיליטער איז ביהרג ואל יעבור, 'אלס דעם חלק הציונית שבו', וועט ער עס אוועקמאכן מיט ביידע הענט. די סבה איז פשוט, ווייל פון זייערע גדולים האט מען קיינמאל נישט געהערט אזעלעכע רעיונות. ביי זיי איז אנגענומען פאר א דבר פשוט אז איין מאל עס שטייט שוין די מדינה דארף מען זיך פראטעקעטן פון די בלוט דארשטיגע אראבער מיט וואס מען קען נאר, און שלש שבועות ווי הארב ס'איז נאר איז נאך אלץ נישט דוחה קיין פקוח נפש. נאר וואס דען? זיי האלטן אז מיט זייער תורה זענען זיי מגין פונקט ווי די מיליטער און נאך מער און יעדער איז מחיוב צו בלייבן ביים לערנען עד זקנה ושיבה.
ענליכס צו דעם וועט איר זעען ווען איר וועט כאפן א שמועס מיט א סאטמערער און וועט אים פרעגן אזא הייפאטעטיקעל שאלה: לו יציור אז אלסן רעיון הציוני איז נישטא קיין שום איסור צו גיין און מיליטער צו זעט ער א איסור אינעם געדאנק פון אפשטעלן דעם בני ברקע סיסטעם פון לעבנס-לאנג לערנען נאר אנשטאט גיין אין מיליטער אין ארויס גיין ארבעטן וועט ער אייך ענטפערן דעם פשוטען סאטמערע בעל הבית'ישער ענטפער: וואס הייסט ? די רבי האט נישט געהאלטן פון קוועטשן די באנק, אדרבה ער האט געשיקט זיינע אינגעלייט ארבעטען! דער רבי האט נישט געהאלטן פון כוללים. און ווי שטייט דאס אז א פרוי דארף ברענגען פרנסה פאר צען נפשות און זיך צורייסן דאס לעבן און זיין א טאטע און מאמע אויף איין מאל? קוק אריין אין כתובה וועסטו זעען וואס דער מאן דארף טוען! וכהנה וכהנה.
יעצט איך פערזענליך האלט אז אלו אלו דברי אלקים חיים ביידע זענען גערעכט. די ליטווישע זענען גערעכט אז ס'איז נישט ביהרג ואל יעבור, ס'איז נישטא קיין חלות א יעדע מינוט פון א פרישע מרידה במלכות שמים כחידושו של הגרמ"ב בעק. עס איז מער מסתבר אזוי ווי די אנדערע אז די מרידה איז שוין געשעהן פאר זיבעציג יאר צוריק און היינט עסן מיר סך הכל די פירות. און מען דארף טוען וואס מען קען אנצוהאלטן די סטאטוס קאו אז מען זאל נישט אריינפאלן צו די אראבישע רוצחים, היל"ת.
און אויך די סאטמארע זענען גערעכט! וואספארא מין מהלך איז דאס אז מען ווארפט זיך ארויף אויףן פרוי צו אויפן פרייער חלוני און מען האלט נישט ביים נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף אדם הראשון 'ס חטא און ברענגן פרנסה בכבוד ביושר ובצדק.
איי וואס וועט זיין מיטן תורה ? וואס וועט זיין מיטן יראת שמים ? סאיז דאך נישט די זעלבע יראת שמים אין ארבייט אדער אינעם מילטער ווי אין בית המדרש. די תירוץ אויף דעם האבן שוין חז"ל אונז געזאגט פאר קרוב צו צוויי טויזענט יאר צוריק. זיי מיט זייערע לעכטיגע אויגן האבן געזעהן אז עס וועט קומען א צייט אין עיקבתא דמשיחא ווען אידן וועלן פרעגן ווי קען מען נעמן א טייל אינעם מיליטער זיך צו היטן פון בלוט דארשטיגע אראבער, ווען עס איז אויסגעשטעלט מיט אזוי פיל נסיונת ? ווי קען מען גיין ארבייטן און פארגעשריטענע מאדערנע ארבייטס פלעצער ווען עס איז אויסגעשטעלט מיט אזוי פיל סכנות פון טעכנעלאגיע ? דער תירוץ אויף דעם אלעם האבן אונז חז"ל געזאגט מיט זיבן ווערטער :
גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מיראת שמים !!!
מימי האבן איך מי געווינדערט פשט אין דעם גמרא, וואס עפעס איז א נהנה מיגיע כפו גרעסער ווי א יראת שמים ? און וואס עפעס פונקט פון די מעלה פון א יראת שמים?. נאר לפי וואס מיר זאגן איז פשט אזוי: די גמרא רעדט פונעם יראת שמים וואס ווערט בהכרח פארלוירן ווען א מענטש גייט ארויס פון כותלי בתי המדרש צו זיין א נהנה מיגיע כפו. אויף דעם זאגן אונז חז"ל אז די פארדינסט פונעם נהנה מיגיע כפו שטייגט איבער דעם פארלוסט פונעם בהכרח פארלוירנעם יראת שמים. ואין צריך לדוק היטב בזה כי אין זה עמוק אלא פשוט בתכלית הפשטות.
[איך בין באוואוסטזיניג אז אינעם מיליטער איז "לעת עתה" דא גרעסערע נסיונות ווי א נארמאלע מאנהעטן ארבייטס פלאטץ, אבער דאס קען מען אויך מסדר על צד היותר טוב מיט א ביסל גוט-ווילן מצד די חרדים. מער איבער דעם אין א צווייטע געלעגנהייט אי"ה.][/justify]