בלאט 1 פון 1

החזן ר' יאסעלע מאנדלבוים

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:35 pm
דורך קרעמער1
ר' יאסעלע מאנדלבוים איז געווען איינע פון די חזנים אין לעצטן דור וועלכע זענען אויך געווען גוטע קאמפאזיטארן, און זייערע רעציטאטיוון זענען פארבליבן רעקארדירט און אריין אין די חזנות וועלט נאכגעזונגען צו ווערן לדורות הבאים.

ספעציעל איז באקאנט זיין "רזא דשבת" און "אתה חונן" וועלכע האבן א ספעציעלן אייגנארטיגן חן. און זייענדיג א געווייקטער חסידישער יוד, א באבובווער חסיד, דערקענט זיך אין זיינע קאמפאזיציעס א השפעה פון חסידישע מעלאדיעס - גלייך ווי מען זעהט עס אפט ביים מלך החזנים ר' יאסעלע ראזענבלאט זעלבסט.

החזן ר' יאסעלע מאנדלבוים איז געווען פאר די קריג דער חזן קבוע אין קראקע אין די ציפערס ביהמ"ד אויף די אגניישקי גאס. ער איז דארט אויפגענומען געווארן אין זיינע אנהויב דרייסיגער יאהרן, און ווי יוצאי קראקע דערציילן פלעגט דאס ביהמ"ד זיין געפאקט מיט צוהערערס בשעת ער פלעגט דאווענען. ספעציעל אין די נעכט פון יו"ט ווען ער פלעגט דאווענען מיט א כאר פון יונגלעך.

זיין שטימע איז געווען א זיסע, ווייכע לירישער טענאר; און ער פלעגט דאווענען מיט א חסידישן געשמאק און אסאך זינגען חסידישע ניגונים פון די צאנזער און מאדזשיצער הויפן.

מיר וועלן דא מעתיק זיין א קורצן אנעקדאט אויף העברעאיש וואס מיר האבן געטראפן איבער'ן זינגען פון ר' יאסעלע בשעת די קריג, אין לאגער טשענסחאווע.
(אנטשולדיגט פארן נישט איבערזעצן).

"על הניגון 'מקדש מלך', סיפר הרב ישראל מאיר לאו. הוא היה בן שבע, במחנה צ'נסטוחובה, עם אחיו. הם שמעו קול שירה מצריף סמוך. אחיו, נפתלי לביא, אמר לו 'תחכה כאן, אני הולך לצריף', וזיהה שמדובר ב'לכה דודי'. כשנכנס פנימה, גילה שהאדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום, שהעניק להם תחושה של התרוממות רוח. ועד היום הוא מעניק תחושה כזו".

חזן מאנדלבוים האט איבערגעלעבט די קריג און איז אויפגענומען געווארן אלס חזן אין ב"פ ניו יארק, אין די שוהל "אנשי ספרד" וואו יאסעלע ראזענבלאט האט געדאוונט.

כפי המונח בזכרוני, האט ר' יאסעלע דא אין אמעריקע געהאט א שייכות מיטן ארויסגעבן דעם "מאיר עיני חכמים" פונעם אסטראווצער.

אין באבוב איז אויך געווען א באקאנטער בעל מנגן און קאמפאזיטאר פון אסאך אויפגעכאפטע חסידישע ניגונים, ר' עזריאל מאנדלבוים.
ס'איז מיר נישט באקאנט אויף די מינוט אויב ער האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט ר' יאסעלע'ן.
(איך געדענק אז ר' שאול הוטהערער אין "ימי שאול בכתובים" רעדט פון זיי ביידע, אבער איך האב עס נישט אצינד ביי מיר).

איך האב לעצטנס באקומען פון עמיצן א קאסעטע ווי ר' יאסעלע זינגט אראפ א טייל פון זיינע קאמפאזיציעס, און זינט דאן ארבעט עס רעגלמעסיג ביי מיר אי קאנצעליי. מיר זענען זיך ממש מחיה מיט זיינע קלאסישע ווערק.

יהא זכרו ברוך.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:44 pm
דורך אביגדור
כח עליון.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:07 pm
דורך איך אויך
אדרבה פתח אוצרותיך וישמעו רחוקים ויהנו.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:18 pm
דורך בעל הבית
"על הניגון 'מקדש מלך', סיפר הרב ישראל מאיר לאו. הוא היה בן שבע, במחנה צ'נסטוחובה, עם אחיו. הם שמעו קול שירה מצריף סמוך. אחיו, נפתלי לביא, אמר לו 'תחכה כאן, אני הולך לצריף', וזיהה שמדובר ב'לכה דודי'. כשנכנס פנימה, גילה שהאדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום, שהעניק להם תחושה של התרוממות רוח. ועד היום הוא מעניק תחושה כזו".



עיקר חסר מין הספר

יארן שפעטער איז שוקו לאו געקומען אין באבוב צום טיש האט ער געזאגט ער האט א גריס פון א באבובער יוד מאנדלבוים אין געטא הסיפור הנ"ל ( ער האט נישט געוויסט אז ער האט איבערגעלבט)

האט באבובער רב געשיקט רופן ר יוסעלע

אין געזאגט פאר שיקו דאס איז דעם איד פארשטייציך די התרגשות איז געווען גרוס


בנו התלמוד חכם פיקוח עצום הרה"ח ר משה חיים ז"ל נעבעך פלוצלונג יונג אוועק

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:25 pm
דורך איך אויך
שיקו איז א דריטער ברודער, נפתלי האט א אנדערע ניקנעים.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:31 pm
דורך בעל הבית
איבערגעלבט האבן נאר 2 אדער 3

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:32 pm
דורך איך אויך
פון וויקי:
הרב משה חיים נספה בטרבלינקה בי"א מרחשוון תש"ג (1942). עמו נספה בנו שמואל יצחק. רעייתו, הרבנית חיה, נספתה מאוחר יותר במחנה ראוונסבריק. בנו מהנישואין הראשונים, יהושע יוסף (שיקו), עלה, כאמור, לארץ לפני השואה, ובניו מנישואיו השניים, נפתלי לאו-לביא וישראל מאיר (לימים הרב הראשי לישראל), שרדו את השואה ועלו לארץ ישראל.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:36 pm
דורך בעל הבית
וער איז געווען אן אמבאסדער איו די אזרעלי קאנסול אין ניו יארק

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:38 pm
דורך איך אויך
נפתלי.

הרב לאו'ס ניקנעים איז לוליק.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 2:38 pm
דורך קרעמער1
א דאנק פאר הרוצה בעילום שמו, וואס האט מיר אריינגעשיקט דעם ענטפער פריוואט.

טעמע: החזן ר' יאסעלע מאנדלבוים

קרעמער1 האט געשריבן:אין באבוב איז אויך געווען א באקאנטער בעל מנגן און קאמפאזיטאר פון אסאך אויפגעכאפטע חסידישע ניגונים, ר' עזריאל מאנדלבוים.
ס'איז מיר נישט באקאנט אויף די מינוט אויב ער האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט ר' יאסעלע'ן.

יאסעלע איז געוועהן א ברודער פאר ר' עזריאל. ר' עזריאל'ס זוהן איז געועהן דער משה דוד מאנדלבוים פון באבוב וואס איז לעצטענס אוועק.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 4:34 pm
דורך נולד מאוחר
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=124567#p124567
Copy.com האט געארבעט פאר מיר.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 5:17 pm
דורך הוגה
לפי השמועה האט ער אויך מחבר געווען א הארץ-ציענדע תנועה אויף די ווערטער 'ועל כולם אלוה סליחות וכו' וואס די פארשקלאפטע אידן וועלכער זענען געווען צוזאמען מיט חזן מאנדלבוים אין לאגער האבן זיך אונטערגעזונגען בשעת'ן ארבייטן יום כיפור. דאכצעך אז אדמו''ר מבאבוב (48) זינגט עס יו''כ ביים דאווענען.

אויך האב איך געהערט אז די באקאנטע מארש אויף קל נקמות ה' איז זיינס.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 6:20 pm
דורך אביגדור
יישר כח.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:16 am
דורך פאר הדור
קרעמער1 האט געשריבן:ר' יאסעלע מאנדלבוים איז געווען איינע פון די חזנים אין לעצטן דור וועלכע זענען אויך געווען גוטע קאמפאזיטארן, און זייערע רעציטאטיוון זענען פארבליבן רעקארדירט און אריין אין די חזנות וועלט נאכגעזונגען צו ווערן לדורות הבאים.

ספעציעל איז באקאנט זיין "רזא דשבת" און "אתה חונן" וועלכע האבן א ספעציעלן אייגנארטיגן חן. און זייענדיג א געווייקטער חסידישער יוד, א באבובווער חסיד, דערקענט זיך אין זיינע קאמפאזיציעס א השפעה פון חסידישע מעלאדיעס - גלייך ווי מען זעהט עס אפט ביים מלך החזנים ר' יאסעלע ראזענבלאט זעלבסט.

החזן ר' יאסעלע מאנדלבוים איז געווען פאר די קריג דער חזן קבוע אין קראקע אין די ציפערס ביהמ"ד אויף די אגניישקי גאס. ער איז דארט אויפגענומען געווארן אין זיינע אנהויב דרייסיגער יאהרן, און ווי יוצאי קראקע דערציילן פלעגט דאס ביהמ"ד זיין געפאקט מיט צוהערערס בשעת ער פלעגט דאווענען. ספעציעל אין די נעכט פון יו"ט ווען ער פלעגט דאווענען מיט א כאר פון יונגלעך.

זיין שטימע איז געווען א זיסע, ווייכע לירישער טענאר; און ער פלעגט דאווענען מיט א חסידישן געשמאק און אסאך זינגען חסידישע ניגונים פון די צאנזער און מאדזשיצער הויפן.

מיר וועלן דא מעתיק זיין א קורצן אנעקדאט אויף העברעאיש וואס מיר האבן געטראפן איבער'ן זינגען פון ר' יאסעלע בשעת די קריג, אין לאגער טשענסחאווע.
(אנטשולדיגט פארן נישט איבערזעצן).

"על הניגון 'מקדש מלך', סיפר הרב ישראל מאיר לאו. הוא היה בן שבע, במחנה צ'נסטוחובה, עם אחיו. הם שמעו קול שירה מצריף סמוך. אחיו, נפתלי לביא, אמר לו 'תחכה כאן, אני הולך לצריף', וזיהה שמדובר ב'לכה דודי'. כשנכנס פנימה, גילה שהאדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום, שהעניק להם תחושה של התרוממות רוח. ועד היום הוא מעניק תחושה כזו".

חזן מאנדלבוים האט איבערגעלעבט די קריג און איז אויפגענומען געווארן אלס חזן אין ב"פ ניו יארק, אין די שוהל "אנשי ספרד" וואו יאסעלע ראזענבלאט האט געדאוונט.

כפי המונח בזכרוני, האט ר' יאסעלע דא אין אמעריקע געהאט א שייכות מיטן ארויסגעבן דעם "מאיר עיני חכמים" פונעם אסטראווצער.

אין באבוב איז אויך געווען א באקאנטער בעל מנגן און קאמפאזיטאר פון אסאך אויפגעכאפטע חסידישע ניגונים, ר' עזריאל מאנדלבוים.
ס'איז מיר נישט באקאנט אויף די מינוט אויב ער האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט ר' יאסעלע'ן.
(איך געדענק אז ר' שאול הוטהערער אין "ימי שאול בכתובים" רעדט פון זיי ביידע, אבער איך האב עס נישט אצינד ביי מיר).

איך האב לעצטנס באקומען פון עמיצן א קאסעטע ווי ר' יאסעלע זינגט אראפ א טייל פון זיינע קאמפאזיציעס, און זינט דאן ארבעט עס רעגלמעסיג ביי מיר אי קאנצעליי. מיר זענען זיך ממש מחיה מיט זיינע קלאסישע ווערק.

יהא זכרו ברוך.

את המפגש עם יוסף מנדלבאום במחנות (כך שם משפחתו כפי שראיתי ולא מנדלבוים) מתאר נפתלי לאו-לביא בספרו "עם כלביא" בעמ' 101-99. לפני דברים אלו כותב נפתלי שבגיל 9 כבר שמע את מנדלבאום בקרקוב בשבת שבה התארח הרבי מבובוב אז, ר' בן ציון הלברשטם הי"ד, ולאחר הדברים על פגישתו עם החזן הנודע של חסידות בובוב במלחמה, כותב נפתלי שכשהיה קונסול כללי של ישראל בניו-יורק הוזמן בחנוכה תשמ"ו (הוא מביא את השנה הלועזית, 1985) לברית מילה של קרוב משפחתו שהיה מבאי ביתו של האדמו"ר ר' שלמה הלברשטם מבובוב בארה"ב וסיפר לרבי את מה שעבר בשואה (וכמובן שסיפר לו המפגש עם יוסף מנדלבאום). לאחר דברי נפתלי הרבי השתיק את הקהל ואז נשמע קולו של מנדלבאום וכותב נפתלי שהייתה זו בשבילו הפתעה והתרגשות גדולה שלא חשב שהוא בין החיים.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:12 pm
דורך קרעמער1
שטייענדיג אין די ניין טעג, איז כדאי צו דערמאנען אז דער גאר באקאנטע ניגון וואס מ'זינגט אויף די יודישע ווערטער איזהו מקומן\דערמאנט אייך נאר דאס ארט, האט פארפאסט אונזער ר' יאסעלע.
די ווערטער האט מחבר געווען ר' יחזקלע ראטענבערג

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין [tag]קרעמער1[/tag]/
וואס מיינט "רעציטאטיוון"??

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 3:43 pm
דורך קרעמער1
אין 'חזנות שפראך' ווערט עס אנגערופן א 'געזאגעכטס'

רוב אשכנז'ישע חזנישע קאמפאזיציעס (אדער שטיקלעך) זענען רעציטאטיווען
איינער מער און איינער ווייניגער

למשל: קרניאל האט זיך אויסגעצייכנט אלס געוואלדיגער "זאגער"
אנדערע גוטע זאגערס: יושע ווידער און גענשאף
דער מלך החזנים ר' יאסעלע ראזענבלאט, איז אין אלגעמיין נישט געווען קיין זאגער - כאטש ער האט דאס אויך געקענט

זעה דא מער
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7% ... 7%99%D7%91

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:49 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
קען איינער ברענגען דעם מקדש מלך?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 11:26 am
דורך סקעפטיקער
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:קען איינער ברענגען דעם מקדש מלך?
דא, עס איז נישט זיינס נאר דעם קדושת ציון'ס.

עס איז זעלבע ווי די באקאנטע תנועה אויף בחצוצרות וקול שופר וואס איז אויך פון קדושת ציון, באמת גייט די בחצוצרות אביסל אנדערש נאר איז בטעות פארדרייט געווארן צום מקדש מלך

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:04 am
דורך איציקל
"האדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום"
לכאורה באציהט ער זיך צום מקדש מלך פון זיין טאטע, ר' משה דוד מאנדלבוים, וואס איז א חלק פון א הערליכע וואלס אויף לכה דודי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:31 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
איציקל האט געשריבן:
"האדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום"
לכאורה באציהט ער זיך צום מקדש מלך פון זיין טאטע, ר' משה דוד מאנדלבוים, וואס איז א חלק פון א הערליכע וואלס אויף לכה דודי.
קענסט עס אפירזוכן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:18 am
דורך סקעפטיקער
איציקל האט געשריבן:
"האדם ששר היה החזן יוסף מנדלבוים, שגם הלחין את המנגינה ולא רק שר את הטקסט. הטקסט עצמו התאים בדיוק למצבם באותה תקופה: 'קומי צאי מתוך ההפיכה, רב לך שבת בעמק הבכא, והוא יחמול עליך חמלה'. הלחן לא היה ניגון של דיכאון, אלא מין ואלס מתוק וקסום"
לכאורה באציהט ער זיך צום מקדש מלך פון זיין טאטע, ר' משה דוד מאנדלבוים, וואס איז א חלק פון א הערליכע וואלס אויף לכה דודי.
מיינסט דאס?

מ'רעדט נישט פון דעם נאר פונעם אויבנדערמאנטן ניגון פונעם קדושת ציון, זעה דא און דא