בלאט 1 פון 1
טיילונג; שקלא וטריא'ס איבער 'ציטאטן' אין קאווע טרינקער אשכול
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:10 am
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט פאבריצירט אן אשכול
"ס'מיר געווען אינטערעסאנט ווען כ'האב געזען..." דארט בעט ער איינע פון זיינע בעטערייען:
ג) ביטע נישט מגיב זיין (נאר לייקן, אויב איר האט הנאה געהאט). זאל דער אשכול זיין נקי משקליא-וטריא.
האט זיך שוין דארט געמאכט א שמוסעריי איבער
איין ציטיר וואס איינער האט נאכגעברענגט. האט איינער דארט מעורר געווען אז ס'נישט רעכט, און מ'זאל אפטיילן. האביך זיך גענומען די מיה און געעפענט די אשכול פאר שקלא וטריא'ס וואס ווערן דארט נולד, זאל מען עס דא אריבערפירן מיט א לינק צום ספעסיפיקין ציטיר פון דארט וואס מ'וויל דיסקוסען דא.
פון
דא הייבט זיך אן די שמועס איבער די אויבענדערמאנטן ציטיר.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:05 am
דורך קאווע טרינקער
בנוגע דעם מציבה, קען מען צולייגען א באמערקונג אז ס'שטייט נישט איר משפחה נאמען.
דאס מאכט שווערער צו דערגיין ווער זי איז געווען.
מ'קען אבער חוקר זיין אין די ארכיווען פון "אנשי מארמאראש", אויב ס'דא, (זי ליגט אין זייער חלקה)
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 2:03 am
דורך ברוך שפינוזה
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס איז טאקע די מניעה, פון אן אגודיסטיש\אורטאדאקסישע שטאנדפונקט, פארוואס מ'זאל נישט בויען היינט א בית המקדש?
די מזרחיסטן חלשן פאר דעם, נאר די ציונים לאזן נישט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 9:48 am
דורך [NAMELESS]
נו איז מען דאך יא אין גלות אונטער די ציונים...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 12:40 pm
דורך ברוך שפינוזה
בן אדם האט געשריבן:נו איז מען דאך יא אין גלות אונטער די ציונים...
אודאי אזוי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:58 am
דורך בן עקיבא
ברוך שפינוזה האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:וואס איז טאקע די מניעה, פון אן אגודיסטיש\אורטאדאקסישע שטאנדפונקט, פארוואס מ'זאל נישט בויען היינט א בית המקדש?
די מזרחיסטן חלשן פאר דעם, נאר די ציונים לאזן נישט.
הלוואי ווען די מזרחיים חלש'ן פאר דעם, מזרחיים עז עי גרופ ווילן פונעם בית המקדש נישט הערן, אדרבה פרעג נפתלי בנט, ס'איז נאר דא א קליין הייפעלע ציונים שלא כרעו לבעל הערבי וואס געבן נישט אויף אויפ'ן מצוות עשה דאורייתא פון בנין בית המקדש. די חברה גייען טאקע ארויף אויפ'ן הר הבית, עס איז דא אן ארגענעזאציע מכון המקדש געווידמעט ספעציעל פאר דעם, זיי האבן בלו פרינטס און אינזשענירן וואס זענען גרייט א יעדע מינוט צו ארויף גיין אויפ'ן בארג און אנהייבן בויען. די כלים פון ביהמ"ק האבן זיי אויף אויסשטעל אין זייער הויפטקווארטיר וואס איז נאנט צום מקום המקדש און די מנורה ליגט אינדרויסן אין א גלאזערנעם באקס, אסאך כהנים האבן זיך געלאזט מעסטן און אויפנייען קאסטום מעיד בגדי כהונה אזוי ווי די הלכה פארלאנגט. חוץ פון דעם האבן זיי פארמס מיט סטאדעס בהמות וואס ווערן אפגעהיטן פון מומים פאר כשר'ע קרבנות צו קענען מקריב זיין אויפ'ן מזבח חדש אשר בציון תוכן. און פארשטייט זיך אז זיי ווערן פאררעכנט אלס עקסטרעמיסטן און אומרעאליסטישע מענטשן.