בלאט 1 פון 3

Antivirus אנטי וויירוס

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די בעסטע אנטי וויירוס צו ניצען? איך בין אויך פערענויד פון דעם אז א מענטש קען העקען מיין קאמפיאטער, און זיך אריינכאפן דערין. אנטי וויירוס העלפט פאר דעם, אדער איז דא נאך עפעס וואס איז קעגן העקינג?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:00 pm
דורך סאשי פיש
איך פלעג נוצען די FREE AVG און איך פלעג האבען פיל פראבלמען און ס'האט געקאסט אסאך מער וויפעל איך האב מיך געשפארט
בחנם באקומט מען כינים און פולען זין פון ווארט
נאכדעם האב איך געקויפט mcafee און נאכדעם Norton און ב"ה איך האב מער נישט קיין פראבלעמען

אז די וואולסט שפארען געלט גיי דא צו מיין אשכול

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:15 pm
דורך לעיקוואד
microsoft security essentials

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:30 pm
דורך שמעקעדיג
אויב זוכסטו דאס בעסטע, דהיינו מסכים צו צאלן אפאר דאלער, אט האסטו וואס פי.סי. מאגאזין שרייבט:

Norton Internet Security (2013) excels in every area. If you're looking for a traditional security suite, with essential features like antivirus, firewall, antispam, parental control, and phishing protection, it's a great choice

דער פולער רעוויו האסטו דא:
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2409925,00.asp

זיי שרייבן דארטן אז עס קאסט יערליך 80 טאלער, אבער ח"ו צו צאלן דעם פולן פרייז, מען קען עס באקומען אויף סייטס ווי עמעזאן פאר ווינציגער ווי האלב פרייז. פאר א דירעקט דאנלאוד קענסטו עס האבן פאר אונטער $20.

נאך בעסער איז צו נעמען נארטאן 360, וואס האט חוץ דעם אויבנדערמאנטן פראדוקט, אזא שטיקל "טאן-אפ" פראגראם, און א בעקאפ אויפן פארלאנג, אלעס פאר קנאפע $25.
זעה דא:

מען קען אינסטולירן אנטי-מאלוועיר פראגראמען, עס זענען דא פאר אומזיסט מערערע צו דאונלאודן.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
גיימיר קויפען נארטאן. ס'ארבייט פאר ווינדאוס 8?
--
שמעקי, דיין לינק איז פאר דריי קאמפיאטער'ס. איז דא פאר איין קאמפיאטער פאר ביליגער??

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:46 pm
דורך שמעקעדיג
ניין. דאס איז די מינימום.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:49 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:30 pm
דורך שמעקעדיג
אנטי וויירוס אליינס איז נישט גענוג, עס איז דאס מינימום. דו ווילסט מער סעקיוריטי ווי דעם,
למשל אינטערנעט סעקיוריטי טשעקט יעדע דאונלאודעד פייל צי ס'איז סעיף, בשעת דו סוירטשט אויף גוגל קומט ארויף אויף יעדן לינק צי ס'איז סעיף אדער נישט, אויב ביסטו אין א פאבליק פלאץ טוט עס פראטעקטן פון מענטשן וואס זוכן אריינצולאגן אין דיין סיסטעם, און נאך.
א שאד נישט צו צאלן די פאר דאלער מער.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:31 pm
דורך מומחה
אויב ווילט איר פארזיכערן אז קיינער העקט זיך נישט אריין צו אייך דארפט איר א גוטע פייער-וואנט

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:33 pm
דורך מומחה
ס'איז דא פאר אומזינסט און באצאלט למשל Comodo

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
ווינדאוס האט א אייגענע פייער וואנט, און נארטאן אינקלאדעט אויך איינס (א שטארקערע).

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:00 pm
דורך געפילטע פיש
זייט איך בין אריבער צו ווידאוס אכט גיי איך נאקעט אן קיין אנטי וויירוס, מיר איז גענוג די דיפענדער וואס קומט מיט די אפרעיטינג סיסטעם, און פלעג נוצן Avast, וואס איז אויך זייער גוט אויב זוכסטו בחנם.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
@געפילטע, איך האב ווינדאוס 8 - און עס האלט אינאיין ארויפקימען אז איך בין נישט פראטעקטעד.
איך זיך נישט דווקא בחינם - עס מיז זיין גוט - אז איך זאל קענען רואיג שלאפן ביינאכט.

@שמעקי, די נארטאן וואס די האסט מיר רעקאמענדעד האט אויך א פייערוואנט וואס באשיצט פון העקער'ס?

@מומחה, די וואלסט רעקאמענדעד אז איך זאל נעמען קאמאדא בנוסף צו שמעקי'ס נארטאן?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 7:21 pm
דורך מומחה
ראשעקאל האט געשריבן:@געפילטע, איך האב ווינדאוס 8 - און עס האלט אינאיין ארויפקימען אז איך בין נישט פראטעקטעד.

קען זיין אז ס'איז נישט אפדעיטעד, לייג א סקרינששאט

פאר ווינדאוס אכט איך וואלט ראקאמענדירט קאמאדא מיט ווינדאוס דעפענדער (ס'איז זייער זייער גוט אויב עס איז אפ טו דעיט, און איז פאסיג פאר פשוטע מענטשן, ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 7:30 pm
דורך געפילטע פיש
מומחה האט געשריבן:ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)

!!!!!!!!!!!!!!!!

מיום עמדי על דעתי האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין וויירוס, און כ'האב קיימנאל נישט געצאלט פאר אנטי וירוס.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 8:13 pm
דורך מומחה
אט אזוי - ווי יענער בעל עגלה האט געזאגט, "א גוטע בעל עגלה פארט נישט אריין אין א בלאטע"

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
מומחה האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:@געפילטע, איך האב ווינדאוס 8 - און עס האלט אינאיין ארויפקימען אז איך בין נישט פראטעקטעד.

קען זיין אז ס'איז נישט אפדעיטעד, לייג א סקרינששאט

Protection.JPG


מומחה האט געשריבן:פאר ווינדאוס אכט איך וואלט ראקאמענדירט קאמאדא מיט ווינדאוס דעפענדער (ס'איז זייער זייער גוט אויב עס איז אפ טו דעיט, און איז פאסיג פאר פשוטע מענטשן, ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)

איך בין נישט קיין פשוט'ע מענטש.... איך דארף סאפרים פראטעקשען!!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:
מומחה האט געשריבן:ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)

!!!!!!!!!!!!!!!!

מיום עמדי על דעתי האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין וויירוס, און כ'האב קיימנאל נישט געצאלט פאר אנטי וירוס.

מומחה האט געשריבן:אט אזוי - ווי יענער בעל עגלה האט געזאגט, "א גוטע בעל עגלה פארט נישט אריין אין א בלאטע"

ווי אזוי איז מעגליך זיך צו היטען? איך עפען קיינמאל נישט קיין exe פייל'ס, אדער עני פארדעכטיגטע פייל, אבער קען נישט איינער צולייגען א וויירעס צו א PDF פייל אדער א פיקטשער?? קען נישט א וועבסייט ארויפלייגען א וויירעס?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 9:58 pm
דורך מומחה
אקעי, פאר א ראשעקאל דארף זיין די בעסטע פראטעקשען - איז אזוי אומזינסט איז די בעסטע avast מיט zonealarm ביידע אויף די העכסטע סעטינגס
פאר געלט איז Kaspersky די זאך
אויב איר דארפט מער קענט איר עפענען אלע פערדעכטיגטע זאכן אין א סענדבאקס מיט sandboxie

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
@מומחה. איך ווער אביסעל צעמישט. די רעדסט פון פייער וואל, יא? שמעקי'ס נארטאן איז אנטי וויירוס, יא?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:47 pm
דורך מומחה
ס'איז דא פראגרעמס וואס טוען ביידע אבער עס איז בעסער אלעס עקסטער, עקסטער פייער-וואל און עקסטער אנטי וויירוס

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
סאו זאל איך קויפן נארטאן פאר אנטי וויירוס און קאספערסקיי פאר פייער וואל?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:14 am
דורך ברעט מענינג
ווי אזוי קען איך קלינען מיין איי פאון פין וויירעס? פאר פרי