בלאט 1 פון 8
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:42 pm
דורך יידל
איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:39 pm
דורך שמואל הלוי
אינטערסאנט פארוואס דער ברך משה האט נישט א נאמען געגעבן קיינעם פון זיינע קינדער חיים צבי נאך זיין טאטן דער עצי חיים זצ"ל.
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm
דורך אלבערט
דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm
דורך שרייבער
ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:11 pm
דורך זר זהב
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:14 pm
דורך שמואל הלוי
אלבערט האט געשריבן:דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
אהא, איך האב נישט געוואוסט דערפון...
פונדעסטוועגן הייסן די אייניקלעך בלויז חיים צבי אן א צונאמען.
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:31 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!
אי משום הא לאו ראיה, ווייל טויזענטע קינדער מיט צוגעגעבענע נעמען זענען אויך נעקד געווארן ביים קריג.
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:37 pm
דורך שרייבער
ערעב זר זהב, דו קענסט די מעשה מיט רבי ר' יונתן אינעם יעב"ץ און די משל פון חד גדיא?
מאכסט שוין א מחלוקת און נעמסט שוין א צד
דאס איז די איינציגסטע זאך וואס דער ברך משה מיטן דברי יואל האבן געהאט חילוקי דעות, און יעדער קען אננעמען ווי וועם ער וויל, שטעק נישט אריין דיין קאפ און ברענגן ראיות ווער ס'איז געווען גערעכט, ווייל ס'איז דא ראיות פארקערט אויך, ומי אנו להכניס ראשינו בין ההרים הגדולים
אגב בנוגע אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'
פארוואס דער ברך משה האט למעשה פאר זיין קינד און פאר די אייניקלעך יא געלאזט די ארגינעלע נאמען פון זיינע עלטערו איז בודאי געווען טעמו ונימוקו עמו
ואגב האט דערציילט אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אז ווען זיין זון ר' חיים הערש איז געבוירן האט ער גערעדט צום טאטן דערוועגן, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל אינזין האבן ביים נאמען חיים נאכן דברי חיים און צבי נאכן חכם צבי, וואס נאך זיי האט דער עצי חיים געהייסן, און אדמו"ר מהר"א האט עס דערציילט פארן רבין דער דברי יואל און דער רבי האט געזאגט, גוט, אבער זאלסט אזוי אינזין האבן.
און יתכן אז דער ברך משה ביי זיין זון האט אויך די זעלבע אינזין געהאט
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 2:35 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!
שטותים. כיון שניתן רשות למשחית וכו'
אבער דאס אז די נעקד אין צרפת האט געהייסען נאך גבריאל הולצבערג איז שוין יא א מקום לתלות אז שמא קא גרם
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:28 pm
דורך העלא
איך ווייס פון א מעשה א איד איז אריין צום דברי יואל בשנת תשל"א אז ער האט געהאט א אינגעל און זיין שווער וויל ער זאל א נאמען געבן נאך זיין טאטן, (נאכ'ן שווער'ס טאטע) אבער ער האט א פראבלעם ווייל ער איז אוועק אינג, און ער קען זיך נישט קריגן מיט זיין שווער, ער האט גלייך געזעהן אז פארן רבי'ן שמעקט עס נישטת האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צו ער זאל אינזין האבן בשעת'ן גיבן די נאמען אז ער גיבט נאך וועם זיין שווער'ס טאטע הייסט, האט אים די רבי אנגעשריגן זיי נישט קיין אויבער חכם, האט ער געענטפערט פאר'ן רבי'ן אז ער מאכט נישט קיין אייגענע באשליסן ער פרעגט נאר דעם רבי'ן ווייל זיין שווער וויל דוקא דעם נאמען,
למעשה האט ער געגעבן דעם נאמען און די רך הנולד איז אוועק אין די 30'גער יארן ל"ע,
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:24 pm
דורך שמואל הלוי
ביים מקיים זיין די מנהג פון שפילן "דריידל" אום חנוכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:36 pm
דורך מ גפני
שמואל פארוואס קען איך נישט זען די בילדער וואס די פאוסט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:39 pm
דורך שמואל הלוי
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי
דא
דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:18 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי
דא
דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט
ווייל דארט (אויפן פלאץ ווי יענע בילד איז געהויסטעד) לאזט דיר דיין פילטער יא אריין און דא (ווי דער בילד איז געהויסטעט) נישט, ווערי סימפל.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:38 pm
דורך [NAMELESS]
ווי איז עס גע׳האוסט??
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:43 pm
דורך שמואל הלוי
איך ווייס נישט גענוי וועלכע סייט twitpic נוצט, אבער פון דארט קומט די אויבערשטע בילד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:04 pm
דורך לעמיל
שבת איז די זיביטע יארצייט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
ווער וואלט זיך געגלייבט אז זיבן יאר נאך דעם וואס ער איז נפטר געווארן איז נאך נישט משיח געקומען. ווען ער וואלט דאס ווען געוואוסט וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.
זיין אור חדש על ציון אוי די געגועים.
יעמוד מורי מורנו משה בן מורי מורנו חיים צבי.
די תפילות הייליגע טעג
דאס ווארעמקייט ביים אויפנעמען קוויטלעך
זיין הייליגע שמייכל ווער ער האט געזעהן א אינגל ביים גוט שבת זאגן
אפילו די וועג ווי אזוי ער פלעגט א גלעט געבן די נאז בענקט מען זיך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:18 pm
דורך מאראנצןזאפט
דער ברך משה איז אמאל געזיצן אין מקוה ווען א בחורל קומט אריינצולויפן און טוישט אויף זיין קאפל פאר א נייע.
יעצט האט ער דעם רבי'נס קאפל. גייט נישט דורך א האלבע מינוט און נאך א בחור קומט אריין און טוט דאס זעלביגע...
רופט זיך דער ברך משה אן: דער ערשטער איז גארנישט ווייניגער בהמה ווי דער צווייטער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:02 pm
דורך signout
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
נעבעך נעבעך, עס האט זייער וויי געטוהן צו זעהן אויף דער עלטער ווי שוואך ער איז געווען, עס באלאנגט אבער נישט צו באשרייבן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:04 pm
דורך לעמיל
signout האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
נעבעך נעבעך, עס האט זייער וויי געטוהן צו זעהן אויף דער עלטער ווי שוואך ער איז געווען, עס באלאנגט אבער נישט צו באשרייבן
עס איז עקעלדיג צו עס באשרייבען