צו מיינע ברודער די חרדים
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
צו מיינע ברודער די חרדים
http://rotter.net/forum/scoops1/28691.s ... mivzakside
http://www.youtube.com/watch?v=URIzVtuaAic
עס דרייט זיך ארום די טעג א בריוו וועלכען יאיר לפיד האט געזאלט האבן געשיקט צו זיינע "ברודער" די חרדים, אין וועלכען ער איז זיי מסביר זיין שטעלונג לגבי זייער דינען אין מיליטער.
איך האב דא געברענגט צוויי לינקס, דאס ערשטע איז צו א סייט ווי מען זעהט דעם בריוו, דאס צווייטע פירט צו א זיסן שטיקל אויף יוטוב אין וועלכן א איד (כ'ווייס נישט צו דאס איז עכט אדער גאר א פרייער אקטיאר) ליינט פאר פאר אלע חרדים דעם בריוו.
איך ווייס נישט צו לפיד האט באמת געשריבן דעם בריוו צו נישט, אבער אויב יא, האט ער געמאכט א גאר נארישן טריט מיט דעם, און דאס ווייזט אז דער מענטש האט נישט די מינדעסטע השגה אין דעם געדאנקען גאנג פון פרומע אידן, און אויך נישט אין זייער היסטאריע. אויב איז דער בריוו אמת ווייזט דאס אויף א שוידערליכן אמעראצעס וואס הערשט ביי די פרייע לגבי פרומע און ווי ווייט די צוויי סאסייעטיס זענען צוויי אנדערע וועלטען וועלכע וועלן זיך קיינמאל נישט צוזאמענלעבן.
דער בריוו האט פונקט אזוי געקענט געשריבן ווערן דורך די גריכישע קעניגרייך ביים תקופת הבית השני אדער דורך זייערע חברים די מתייוונים, אדער דורך די אנדערע גרופעס במשך די דורות, ביז די יעוועסעקן אין די גאר לעצטע דורות, אדער טאקע דורך די היינטיגע, די ציונים. איך גיי אים נישט דא עצה'נען וואס יא צו טוען, אויף דעם זאל ער אויפנעמען א פי אר קאמפאני וועלכע ספעציאליזירט זיך אין חרדים, וואס איך וויל דא, איז פשוט אויסשמועסן אביסל דעיס ענין פון דעם ניי-דורכגעפירטן געזעץ פון גיוס בני הישיבות, און אירע קאנסעקוועצן פון א פראקטישן שטאנדפונקט.
דאס געזעץ פון גיוס בנות גייט שוין אויך אן פאר צענדליגע יארן, אבער די מדינה האט זיך בשיטה נישט זייער וויסנדיג געמאכט דערפון און מען האט נישט גענומען למעשה פרומען מיידלעך אין מיליטער. דא אבער קוקט אויס אז זיי זענען יא ערנסט און זיי ווילן אנהייבן צווינגען ישיבה בחורים גיין אין מיליטער. באמת גלייב איך נישט אז זיי דארפן די חרדים דארט, נישט עס פעלט זיי מענטשן און נישט זיי דארפן די ישיבה מענטאליטי אין מיליטער. מיר קוקט מער אויס אז זיי ווילן דאס נוצן אלס שטעקן קעגן די חרדים.
אויב אבער גייען למעשה זיך נעמען צו דעם ערנסט, גייט געהעריג ווערן א מצב ווי עס איז געווען אינדערהיים, עס גייען זיך אנהייבן דרייען אזעלכע "טמיר ונעלם"ניקעס ווי מען פלעגט זיי רופן, היימישע בחורים וועלכע וועלן פליכטן פון מיליטער. דער מציאות איז אז רוב היימישע בחורים זענען נישט געמאכט פארן מיליטער, עס איז אויך אמת אז רוב היימישע בחורים האלטן נישט ביים לערנען, און עס איז בכלל נישט תורתם אומנתם, אבער אין מיליטער באלאנגען זיי נישט, עכ"פ ווילאנג מען מאכט נישט א אמת'דיג חרד'ישער אפטיילונג אין מיליטער, באלאנגען זיי זיכער נישט דארט. די לופט, די אטמאספערע איז נישט פאר קיין היימישן בחור, און נישט אזוי וועט ער אויסוואקסן א לייטישער אינגערמאן וואס וועט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
איז אבער מיין שאלה, וואס וועלן פאקטיש די אלע בחורים טוהן? גייען זיי זיך פלעין לאזן איינזעצן אין תפיסה? אויב יא, אויף וואספארא פארנעם וועט דאס זיין? וועט מען איינזעצן מאסן? ווילאנג ווועט דאס אנהאלטן? ווילאנג קען אזאנס אנהאלטן? (כ'מיין, א ישיבה בחור אין תפיסה וועט זיי קאסטן אסאך מער ווי ווען ער איז אין ישיבה) פון די אנדערע זייט קען זיין אז זיי וועלן טאקע נישט איינזעצן מאסן, אבער זיי וועלן איינזעצן צוואנציג דרייסיג, און וועלן זיי האלטן מיט עקשנות ביז זיי וועלן זיך ברעכן און גיין אין מיליטער, נאכדעם וועלן זיי דאס טוהן מיט נאך צוואנציג דרייסיג, אויף אזא אופן וועלן זיי מצליח זיין אנצוזייען א שרעק און א פאניק און עס וועט זיכער זיין אזעלכע וועלכע וועלן זיך צושטעלן, טייל באונס און טייל ברצון.
וואס וועלן אבער אלע אנדערע טוהן. עס איז זייער מעגליך אז בחורים וועלן זיך פשוט מוזן אויסבאהאלטן, למשל בחורים פון ירושלים וועלן גיין לערנען אין אשדוד, אדער ערגעץ אין צפת, אבער אזא זאך איז אויך זייער שווער היינט, מיט טעלעפאן אונטערהער אפאראטן און אנדערע שפיאנאזש מיטלען (וועלכע די ציונים קענען זייער גוט), וועלן זיי שנעל כאפן די טמיר ונעלם'ניקעס. בלייבט איבער די איינציגסטע אויסוועג ארויסצופארן פון לאנד.
אסאך לענדער גיבן ספעציעלע איינטריט רעכט פאר סטודענטן, תלמידים וועלכע וואוינען אין אן אנדערן לאנד אבער וועלן קומען אהין זיך לערנען. איז מעגליך אז עס וועט זיך מאכן צענדליגער ישיבות איבער אייראפע און אמעריקא, ווי בחורים וועלן זיצן און לערנען, אוועק פון די הענט פון זייערע כאפערס, א שטייגער ווי ר' אליעזר בערלאנד טוט יעצט אין מאראקא, און דארט וועט מען פארבלייבן פאר יארן לאנג.
עכ"פ עס קען ברענגען זייער אינטערעסאנטע נאכפאלגן, ווייל רוב פון די בחורים וועלכע וועלן קומען אהער, וועלן די עלטערן זייערע נישט באצאלן שכ"ל, און זיכער נישט די פרייזן וואס מען בעט דא אין אמעריקא, און דאס גאנצע עול פון זיי אויסהאלטן וועט פאלן אויף די יהדות הגולה. עס איז אינגאנצן נישט קיין פשוט'ער ענין.
קען זיין דער ענין ווערט שוין ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, אבער אזוי ווי איך האב געזעהן דעם בריוו פון לפיד'ן, האב איך געעפנט אן אשכול דעריבער און צוגעלייגט צו דעם אביסל פון מיינע מחשבות, און איך בין אינטערעסירט צו הערן וואס דער עולם דא האט צוזאגן אויף דעם.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
נישט אזוי שנעל. דערווייל - אין דער רעגירונגס קאדענץ - גייט פשטות גארנישט זיך טוישן, חוץ אז יעדער פון 22 און העכער וועט קענען גיין ארבעטן (מיט א היתר פון א רב...).
סאם האו ליינענדיג דעם בריוו האב איך געהאט דעם געפיל פון די העפליכע אדער שטרענגע צעטלעך וואס די נאצי'ס האבן אויפגעהאנגען אין די געטא'ס אויף אידיש פארשטייט זיך.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
די "אחיי החרדים" בריוו איז נישט קיין בריוו, נאר א דרשה וואס לפיד האט געהאלטן אין כנסת אין עברית, און איז איבערגעזעצט געווארן (דורך זיין פי אר קאמפיין?) אין אידיש. דער אברהם לייב בורשטיין וואס מאכט ליצנות דערפון איז א פולקאמער חרדי, און רופט זיך דער "יו"ר אגודת הכליזמרים בירושלים" אדער עפעס אזוי.
דעת תורה, כ'האב באמת רחמנות אויף דיר אויב אזא נארישער צעטל קען דיר דערמאנען אין נאצישע קאשמארן...

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:.
דער בריוו האט פונקט אזוי געקענט געשריבן ווערן דורך די גריכישע קעניגרייך ביים תקופת הבית השני אדער דורך זייערע חברים די מתייוונים, אדער דורך די אנדערע גרופעס במשך די דורות, ביז די יעוועסעקן אין די גאר לעצטע דורות.
אידן בתקופת בית שני האבן געארבעט און זיך אויסגעקענט און יעדער אומנות וואס עס איז געווען בנמצא בימיהם אנגעפאנגן פון שמידן אייזן און גענדיגט מיט הקזת דם. זיי זענען געווען פראדוקטיוו און זיך אליינס אויסגעהאלטן און זענען נישט געבוירן געווארן מיט די האנט אויסגעשטרעקט פאר א נדבה. מען האט געאקערט פעלדער און געשניטן וויינגערטענער. ווען מען האט געדארפט גיין אין מיליטער אקעגן די בבלים רומיים וכו' איז עס נאר געווען חרדים (אויסער און בר כוכבא'ס צייט). די גאנצע ענין פון מתייוונים איז געווען א ענין פון חכמות וואס איז געווען א קעגן די תורה לדוגמא פיליזאפיע אדער חכמה לשם חכמה אן קיין שום מטרה. ווי לאנג די שרייערס און פארפירערס שטעלן נישט קיין ערזאץ צו יאיר'ס לפיד פלאן ווי אזוי צו עדיוקעטן דעם עולם און געבן כלים צו ברענגן פרנסה בכבוד וכו' זאלן זיי זיך אלע פארשטעקן אין די מייזן לעכער פאר בושה.
וכשיהי' הפנאי אתי אאריך בזה יותר.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
יידל, אז לפיד האט עס נישט אליינס אפגעשריבן דאס ווייסט איך אויך, איך האב נאר נישט געוויסט צו דאס קומט אפיציעל פון אים אדער נישט, מיינע ווערטער אויבן זענען געזאגט געווארן אויב דאס קומט אפיציעל פון אים.
און מיט דעם אז עס דערמאנט פון די נאציס, גלייב איך אז דעת האט געמיינט צו זאגן דאס אז א שונא חנפ'עט זיך צו יענעם אויף זיין שפראך, איז א שרעקעדיגע זאך. אוודאי מיינט ער נישט אז מען גייט דא פאר'גאז'ן אידן, אבער דער איידיע, דער קאנצעפט.
בענדשאמין, פארשטיי מיך גוט. איך פערזענליך גלויב אין די שיטה פון ר' שמשון רפאל הירש זצוק"ל, פון תורה עם דרך ארץ. אז מען דארף טאקע אוועק שטעלן חרד'ישע דאקטוירים, לויערס, היי טעק עקספערטן, פראפעסארן און ביזנעס מענעדשערס, און דוקא אזוי וועט דער עולם התורה האבן א קיום. אבער כמה דברים וויל איך ארויסברענגען.
ס'ערשטע איז, אז נישט יאיר לפיד איז דער פון וועמען איך בין אינטערעסירט עס צו הערן. ער מיינט נישט מיין טובה מיט די אלע זאכן, ער זוכט נישט צו האבן חרדים אין די אלע פעלדער, דאס איז קלאר ווי דער טאג, (פונקט ווי ער דארף נישט קיין חרדים אין די הויכע עשאלאנען פון מיליטער, אפשר אפשר אלס נידריג ראנגיגע מפקדים), נישט ער איז אונזער מוסר זאגער וועלכער וועט אונז אויסלערנען א דרך החיים (זיי האבן נאך נישט צוגעשטעלט קיין ערזאץ צו דעם חרד'ישען חינוך סיסטעם, ווייל דער חינוך ממלכתי אין מדינת ישראל היינט איז אויף זייער א נידעריגער שטאפל).
חרדים זענען געגאנגען אין מיליטער אויפן באפעל פון דעם באשעפער, צו דורך דעם אורים ותומים, צו ביי די חשמונאים אויף צו ראטעווען כבוד שמים זענען זיי געגאנגען אויף מסירות נפש. און פון דעמאלס אן (ביי די שפעטערע חשמונאים און ווייטער) איז אלעמאל געווען ביי אידן פרעמדע מיליטערן אויך (אין צוגאב צו די פרומע). און טאקע דער חפץ חיים האט געהאלטן אז די חרדים וואלטן אויך געדארפט גיין אין מיליטער, קעגן די קאמוניסטן אין רוסלאנד, אבער נישט פאר א מדינה וואס איך וויל נישט און וואס איז קעגן די תורה.
עס איז זייער קלאר אז חרד'ישע בחורים און אינגעלייט באלאנגען נישט אין מיליטער. אויב דו זוכסט אן ערזאץ צו לפיד'ס פלאן, האב איך פאר דיר צוויי תשובות. איינס, איך האב דיר נישט געהייסן מאכן א מדינה, עס איז די זעלבע תירוץ פארוואס ערליכע אידן האבן נישט געוואלט דינען אין מיליטער אין אייראפע פארן קריג. צווייטנס, לאז די אידן גיין ארבעטן. מען לאזט דאך זיי נישט גיין ארבעטן אן גיין אין מיליטער, נו אוודאי קומען זיי אהער שנארן. גיב זיי א פטור מיטן תנאי אז ער גייט ארבעטן, און ער וועט במשך די ערשטע פינף צו צען יאר צאלן אן עקסטערן טעקס פארן באקומען א פטור און רשות צו גיין ארבעטן אן דינען אין מיליטער. אזא סארט אויסלייז געלט.
און צו לעצט, די יוונים האבן אויך געזונגען דעם זעלבן ניגון, אז זיי ווילן נאר פארבעסערן דעם איד'ס לעבן, און די זעלבע האבן געזאגטן די צדוקים, יעוועסעקן און די ציונים מיט אכציג נייציג יאר צוריק. זיי ווייסן אלע וויאזוי צו פארבעסערן אונזער לעבן. האלא, מיסטער לפיד, אפשר וואלסטו געוואלט הערן פון אונז וויאזוי צו פארבעסערן אייער לעבן? פארוואס עפעס זאלן מיר הערן פון אייך וויאזוי איר ווילט פארבעסערן אונזער לעבן.

- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קודם כל, הער אויף מיט די גאנצע פאניק, גארנישט גייט נישט געשעהן דא, די געזעץ גייט נישט אדורך גיין, און ישיבות וועלן ווייטער בלייבן שטיין. די גאנצע בהלה מצד די חרדים פארוואס מ'רעגט זיך אויף לפיד'ן איז פאר איין איינציג זאך, דאס איז א צויבער וואס וואס הייסט קיצוצים. מ'האט געשניטן דארט די בודזשעט פאר אלעמען, אבער די חרדים וואס האבן אסאך קינדער ליידן די מערסטע. ער האט געשניטן קיצבאות ילדים, געלט פון כוללים (יא די טריפע'נע מדינה גיבט געלט פאר כולל אינגערלייט, נישט קאלעדזש פאנדס, נאר פשוט געלט צו לערנען תורה!) און ישיבות.
לגבי וואס דו זאגסט אז א ישיבה בחור באלאנגט נישט אין מיליטער, קודם כל וועלכע 18 יעריגע שנוק באלאנגט יא אין מיליטער? וועלכע עלטערן ווילן דאס? אבער פארפאלן, מיר זענען ארומגענומען כשה אחד בין שבעים זאבים און מ'מוז זיך פראטעקטן. "ווער האט דיך געבעטן מאכן א מדינה?" איז א קנאישע טענה, וואס א פייערדיגע אגודיסט קען נישט נוצן, ביזט דא, דו וואוינסט דא, נעמסט יעדע מין פראגראם וואס קען נאר זיין, ביזטו א פולקאמע בירגער פונקט ווי יעדן.
דאס אז די רוח אין מיליטער שטעלט זיך נישט צו צו חרדים? דעמאלס מאך הפגנות מיט פעטישענס און כל תצדיקי אז זיי זאלן זיך יא צושטעלן. מיינסט אז ווען אלע חרדישע פארטייען שטעלן זיך צאם כדי צו מאכן א הונטערט פראצענטיג אויסגעהאלטענע אפטיילונג וועט מען עס נישט קענען באווייזן? און מיליטער מוז נישט דוקא מיינען שטיין מיט א ביקס אויפן פראנט, ס'דא גענוג דזשאבס (ג'ובניקים) ווי קאמפיוטערס, אינטעלידזשענס, טעקנישענס מאכאניקער, און נאך טויזענטער דזשאבס וואס איז פונקט ווי יעדע אנדערע דזשאב, נאר פאר די מיליטער, ס'דא פרויען דארט? נו, דו האסט אויך פרויען ביי דיין ארבעט, איז וואס?
וואס דער לפיד האט אינזין גייט מיר קיין סאך נישט אן, פאקטיש זאגט ער אמת'ע טענות, ווי מער מיר פארמערן זיך ווערן מיט א גרעסער עול אויפן מדינה, און פריער צו שפעטער גייט זיך עס איבערברעכן. ווי אלט איז די גאנצע מושג אז יעדע בחור פון די 13 ביז ער האט חתונה מוז זיין אין ישיבה? דרייסיג יאר? פערציג? זאגסט מ'זאל זיי געבן א פטור און לאזן גיין ארבעטן, אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי דו ביסט דאס מסביר פאר א פרייע פארוואס זיין קינד מוז זיך גיין איינשטעלן דאס לעבן כדי דו זאלסט קענען גיין ארבעטן און צאלן טעקסעס? ער וואלט געקענט באשטיין אז דיין זון זאל זיך איינשטעלן דאס לעבן כדי זיין זון זאל קענען ארבעטן.
"חרדים זענען געגאנגען אין מיליטער אויפן באפעל פון דעם באשעפער"
דו רעדסט פון מלחמת מצוה, און דאס איז געווען א זעלטענע ערשיינונג, אבער אלע יארן וואס ישראל זענען געווען שרויים על אדמתם איז געווען א מיליטער פון שומרי תורה ומצוות, פשוט צו היטן פון די שכנים די פלישתים והמסתעף.
פונקטליך אויף וועלכע עבירה ווילסטו ארויפשטעלן די יהרג ואל יעבור?

בעריש האט געשריבן:אויב די רבנים וועלן ארויסעגבן אן איסור ווי יהרוג ואל יעבור אדער כדומה א שטייגער ווי ביי גיוס בנות האט דאס זערא שאנס צי סוקסידען.
די שאלה איז נאר צי זיי וועלן געבן אזא איסור היות און דעם איז תלו די פאנדינג פאר זייערע ישיבות.
פונקטליך אויף וועלכע עבירה ווילסטו ארויפשטעלן די יהרג ואל יעבור?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר לפיד האט זיך געלאזט וואקסען דאס בערדל. איז א קאפל נעקסט אויפ'ן ליסט?
מיט'ן בערדל זעהט ער אויס א ביסל ענדליך צו מאשאאל האנייה, אדער וויאזוי פאר א שווארץ יאר יענער הייסט, פון די חאמאס. אזוי ארום האפט ער אז נטורי חרתא וועלן נתקרב ווערן צו איהם, און ישראל דוד ווייס וועט זיך אפשר קושן מיט עים, נאכדעים וואס ער (י.ד.וו.) וועט נעמען א שויער און זיך אויספוצן די ציין. אפשר משה בער דר-ק אויך...!

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
בערל ווי אזוי גיייסטו מארגן דרייוון די באס אז די זיצט נאך יעצט דא צווישן אונז?
די שטעלסט איין אונזער קינדער שלא טעם טעם חטא אין א סכנה!
גיי דיך שוין לייגן די זאלסט זיין אויסגערוהט ביים דרייוון
עס פאלט מיר גאר איין יעצט אז די ביסט שוין אויפגעשטאנען לערנען מיט דיין פארטאגס חברותא איז איך האב גארנישט געזאגט

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר לפיד האט זיך געלאזט וואקסען דאס בערדל. איז א קאפל נעקסט אויפ'ן ליסט?
די סדר הדברים ארבעט עפעס אזוי בערך:
* מ׳לאזט זיך וואקסען א בארד פון ספירת האומר אזוי וי איסמעיל הנייה אדער חאלד משעל
* שפעטער הערט מען אויף מיטן טשופ אין עס שפראצט ארויס א הערליכע שיינע בליטשקעדיגע קדחת
* מלאזט זיך וואקסען א לאנגע בארד
* מ׳טוט זיך אן א גרויסע ווייסע קאפעל
אין יעצט זעהט יאיר לפיד אויס אזוי וי ער איז באמת א עכטער אראבער וי אחמד יאסין אדער אייתאולה חומייני ( וי"א שגם ר' משה בער בעק ור' ישראל דוד ווייס דומים בזה לאחיהם המוסלמים ויפה דברו ואינו רחוק מן האמת)