בלאט 1 פון 1
זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:26 am
דורך קאמענטירער
אזוי ווי די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסען", "זאכען וואס איך בין געוואר געווארן", עפן איך אויף דעם אשכול פאר אזעלכע ענינים וואס מען קען ענטפערן תירוצים, אבער די אקסלען הייבען זיך און די אויגן בלייבען פארוואונדערט און ס'איז זיך עפעס נישט מסדר, איז אפשר אז מען וועט עס ארויסגעבן אויף א פובליק פלאטפארמע וועט די בויך וויי אביסעל גרינגער ווערן.
די ערשטע זאך איז וואס איך האב שוין געפרעגט און זר זהב האט מיר געראטן צו שרייבן אין דעם אשכול: איך פארשטיי נישט די גוי'אישע משוגעת פון צאלן מיליאנען פאר ארטס, פעינטינגס וכדו',
נאכדעם איז א זאך וואס איך קען נישט פארשטיין אז עס זאל עקזיסטירן אזעלכע בריאים ווי 'סעלף העיטינג דזשוס'.
די או.טי.די. חברה וואס האלטען אין איין צוריקקוקן אזוי ווי לוט'ס ווייב אין זייער געוועזענע קאמיוניטי, קומענדיג מיט הימעל שרייענדיגע עוולות.
ס'איז דא נאך א לאנגע ליסט אבער איך וועל צוגיין צום שפיץ. פ"וו זענען דא די אלע מענטשען דא אויף קאווע שטיבעל? פ"וו ווען איך קען נישט שלאפן שפעט ביינאכט אין מיט מידע אויגן וועל איך זוכען מיט לעכט עפעס צו אפשרייבן? כ'ווייס סדא תירוצים, אבער ווי א.ד. וויל איך נאר ארויסברענגען מיינע תמיהות.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:50 am
דורך זר זהב
איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין וויזוי איינער צאלט 7 טאלער פאר א טעלער אפגעקאכטע נעיווי בונדלעך הנקרה טשולענט
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:57 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:00 am
דורך שמעקעדיג
דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:04 am
דורך אבגד
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!
און וועגען דעם הייסטו ״שמעקעדיג״
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:43 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:38 am
דורך שמעקעדיג
א בחינה ווי מען רופט ר' יואל, יואליש בלשון חיבה.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:45 am
דורך למדן
איך ווייס נישט אויב יעדער וואס האט אזעלכע טייערע פעינטינגס איז רייך ווי קורח אבער זייער אסאך רייכע מענטשן האבן נישט וואס צו טוהן מיט זייער געלט און פארדעם הייבן זיי אהן צו זאמלען טייערע ארטיקלען ווי פעינטינגס און אנטיקן כלומרשט הנאה צו האבן פון זייער געלט, ס'דא א גאנצע ביזנעס פון מענטשן וואס גייען ארום פעדלען צו עשירים
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
אבגד האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!
און וועגען דעם הייסטו "שמעקעדיג"
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:05 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'קען נישט פארשטיין פארוואס גאט גיבט שכל פארן מענטש, ערשט ווען ער איז שוין טיף אין פלאנטער.
וואס איז מיט "לפיכך נברא האדם יחידי" כ'האב געמיינט אז חז"ל איז נצח ?
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:45 pm
דורך Big Boy
נאכדעם איז א זאך וואס איך קען נישט פארשטיין אז עס זאל עקזיסטירן אזעלכע בריאים ווי 'סעלף העיטינג דזשוס'.
די או.טי.די. חברה וואס האלטען אין איין צוריקקוקן אזוי ווי לוט'ס ווייב אין זייער געוועזענע קאמיוניטי, קומענדיג מיט הימעל שרייענדיגע עוולות.
They have a guilty conscious. They keep on thinking (knowing) that the Yiddish religion is the right one. They hope everyone will follow them. Like this they wont have to feel guilty.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:43 am
דורך יואב
פארוואס דארפן חסידים אלץ אין טוילעט?
וואו מ'שטייט, גייט, און פארט דארפן זיי סטאפס, און מאכן משוגע דעם בריאה.
קאן זיין ס'איז הא בהא תליא, זר'ס בונדל פראגע.
דאס פארענפערט אפשר לאנג טערמיניגע, והקטנים למה באו?
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:43 am
דורך אבגד
כדי ליתן שכר למביאיהם בתוך המקוה וסווימינג פול.....
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:52 pm
דורך יין שרף
אבגד האט געשריבן:כדי ליתן שכר למביאיהם בתוך המקוה וסווימינג פול.....
ווי פלעגט נאר מיין ראש המדריכים ז"ל זאגן ווען מ'האט געדארפט ארויס פונעם שווים באסיין?
יעדער זאל מאכן א בורא נפשות און אשר יצר און ארויס... 
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:15 am
דורך אביגדור
יא.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:36 am
דורך מעקע-ניק
פארוואס מתייונים פרייען זיך מיט חנוכה, זיי וואלטן לכאורה געדארפט וויינען. גיי פארשטיי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vbec3WSPanw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:59 am
דורך קאווע טרינקער
ערשט חנוכה, זיי זענען דאך די מאכאביס (מכב"י'ס) וואס האבן געווינען.