בלאט 1 פון 2

נייע פאעמע - קיש לנצח

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם



בילד
איך אין מיין כלה קליידל אזוי ווייס און שיין
ווי אונטער די חופה אזוי הערליך, ציכטיג
דו אין דיין קיטל אזוי ווייס און ריין
אזוי ווי יום כיפור, אזוי קלאר ליכטיג

איך בין גע'טובל'ט, געקראצט, געשייערט, געריבן
די מלאכים היוצאים מן הקשר"ק, טאנצן פאראייניגט
איך בין טהור, נעם מיר ארום, שענק מיר דיינע ליפן
די מקוה לעידי, א שעה האט זי געשפענדעט, מיר גערייניגט

עס איז אזוי שא שטיל אן קיין טומל
עס שלאפן די שכנים, דאס גאנצע יקום
די לבנה און שטערנס כאפן אויך א דרימל
די קינדער שטיל, וויינען און לאכן נישט ארום

מיר ליגן דא אין די דעקע אזוי טיף
קיינער זעהט נישט טוה נישט זארגן
מיר זעען נישט קיינעם אלעס שלאפט טיף
שטיל, רוהיג, אנגעגנעם, מיר האבן צייט ביז מארגן

יעצט זענען מיר אינאיינעם, איך און דו, אינאיינעם
קיינער וויינט נישט, אלעס שטיל ווי א פיש
אזוי שטיל, אזוי רוהיג, אנגענעם
נו, האלז מיר, געב מיר דיין געגארטע קוש

**
אוי מיין זיסע נארעלע
דיין קליידל איז נישט ציכטיג
מיר זענען נישט ביים חופה, נישט יום כיפור ביי נעילה
מיין קיטל איז נישט ליכטיג

געטובלט האט די מקוה לעידי דיין גוף בלי נשמה
חברה קדישא געפאטשקעט מיט דיין טויטן קערפער
באגלייט, באגראבן, באהאלטן אין די אדמה
די ביסטו נישט טהור די ביסטו עפר ואפר

מיר זענען טאקע אינאיינעם
נאר איך און דו אזוי ווי אמאל
אבער עס שלאפן נישט די שכנים
מיר זענען דא אין בית הקברות פון היינט ביז אלעמאל

נישט דא איז דער טומל, נישטא קיין ליארמען
דא איז די שטילע קעניגרייך פונעם מלאך המוות
אבער אונזערע קינדער אין שבעה הויז זיי וויינען און שרייען
זיי בענקען, זיי טרויערן, קינדער אן קיין אבות

מיר זענען דא אין ווייסע תכריכים, די האר פריש געלאקעטע
ליגן פגרים מתים, אינעם קאלטן הארטן קבר
נאך אביסל מיר הייבן אן שימלען, מיר בלייבן נאקעטע
נאך אביסל יעדע מייז נעמט ביי אונז אן אנדער אבר

**
אוי, די מיינסטו טאקע איך ווייס נישט?
די הארץ פון א מאמע הערט נישט די געוויין?
די מיינסטו איך בין צעמישט?
איך ווייס אז איך בין פלייש און ביין

אבער צו איז תכריכים נישט קיין קיטל?
צו בלייבן מיר נישט אינאיינעם די לעצטע איבערבלייבעניש
צו איז א קוש מער נישט קיין ארטיקל?
געב אהער דיין ליפן, לאמיר אויף אייביג בלייבן מיט א קוש

דאס לעבן איז קורץ און שטורעמיש
קוים זיך געליבט, און פארכאפט ווי א שטורעם ווינט
דאס טויט, אה, א אייביגע רוהיגע שטומעניש
מיר קענען דא רוהיג ליגן ווי אין בעטל א קינד.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:40 pm
דורך [NAMELESS]
עס בענקט מיר צום פאעזיע פארמעסט, אבער איך קען נישט ווארטן פאר די נעקסטע פאעזיע פארמעסט, אז ישיר משה "עלה בלבו שישיר", האב איך עס יעצט געלייגט דא, און זאל עס זיין לזכות פון לעמאן דזשמוס המנוח, יהא זכרו קאווע.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:47 pm
דורך זר זהב

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:06 pm
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:עס בענקט מיר צום פאעזיע פארמעסט, אבער איך קען נישט ווארטן פאר די נעקסטע פאעזיע פארמעסט, אז ישיר משה "עלה בלבו שישיר"

וואו ריזיג!!!!
שר לא נאמר אלא ישיר, מכאן למדו חז"ל לתחיית המתים שהוא מן התורה! קופערניקוס איז צוריק לעבעדיג געווארן! איך גיי שוין רופען הרב אמנון, צוואנציג בעלי תשובות גאראנטירט ביז מארגן!
איך האף אז דאס מאל זאל עס טאקע זיין א קוש לנצח! (וכבר דרשו דורשי רשימות ד'קו"ש נוטרי' קאווע שטיבל, ולנצח הוא מלשון נצחיות וד"ל ודפ"ח).

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:39 pm
דורך אביגדור
ייתכן מאוד.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 8:05 pm
דורך קינות גירושין
קופערניקעס די ווילסט א פארמעסט ? די אינהאלט האב איך שוין, געמער א פאר שעה כזאל עס קענען מסדר זיין
אגב די גייסט נישט אין קאנטרי ? ווי האסטו צייט פאר די זאכען פונקט יעצט ?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
כ'בין געווען זיכער אז קופערניקעס גרינדעט אן אשכול נאך א לענגערער אפוועזנהייט רעדט מען דא פון קוש מיר אין רעמסס אדער קוש מיר וואו די אידן האבן גערוט.
וויל ער מיך מאכן דעפרעסט און דבר'עט וועגן טויטע פארווערעמטע קערפער :? .
#וועןהייבטמעןשויןאןמצותבאקן

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:03 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קופערניקוס האט געשריבן:הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם



בילד

פעך! אריין אין מאחורי.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:03 pm
דורך משה געציל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:#וועןהייבטמעןשויןאןמצותבאקן

I like this line...

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:12 pm
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז קופערניקעס גרינדעט אן אשכול נאך א לענגערער אפוועזנהייט רעדט מען דא פון קוש מיר אין רעמסס אדער קוש מיר וואו די אידן האבן גערוט.
וויל ער מיך מאכן דעפרעסט און דבר'עט וועגן טויטע פארווערעמטע קערפער :? .
#וועןהייבטמעןשויןאןמצותבאקן



העי, קוש מיר אין רעמסס, קופערניקוס מעג אויך אמאל זיין באטראפעצט.
#ווען גייט מען שוין קוועטשןמאראנצן.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:23 pm
דורך קאווע טרינקער
קופרניקוס, נאך אזא שמייכלדיגע יזכיר-לו-המיתה נישט דערלעבט...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:10 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:קופרניקוס, נאך אזא שמייכלדיגע יזכיר-לו-המיתה נישט דערלעבט...

אבער ס'האט גוט צוגערירט דו סטרונעס פון הארץ..

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:54 am
דורך היימישער ליטוואק
משה געציל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:עס בענקט מיר צום פאעזיע פארמעסט, אבער איך קען נישט ווארטן פאר די נעקסטע פאעזיע פארמעסט, אז ישיר משה "עלה בלבו שישיר"

וואו ריזיג!!!!
שר לא נאמר אלא ישיר, מכאן למדו חז"ל לתחיית המתים שהוא מן התורה! קופערניקוס איז צוריק לעבעדיג געווארן! איך גיי שוין רופען הרב אמנון, צוואנציג בעלי תשובות גאראנטירט ביז מארגן!
איך האף אז דאס מאל זאל עס טאקע זיין א קוש לנצח! (וכבר דרשו דורשי רשימות ד'קו"ש נוטרי' קאווע שטיבל, ולנצח הוא מלשון נצחיות וד"ל ודפ"ח).


קופירניקוס האט התלבטיות איבער דעם. זע די לעצטע שורה פון דעם 3טן פאראגרעף פון די צווייטן חלק פון די פאעזיא.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:41 am
דורך [NAMELESS]
אוי ואבוי, לערן נישט אריין קיין התלבטיות אין די פאעטישע רייד פון צוויי טרוקענע סקעלעטענס.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:15 pm
דורך לעיקוואד
קופי, הערליך!

האט איינע פון די פארצייטישע צדיקים געזאגט, "אז די בעט איז ווי א קבר, דאן איז דער קבר ווי א בעט".

אינטרעסאנט, אז בלשון חז"ל רופט זיך די רחם האשה בשם "קבר" ווי למשל "אי אפשר לפתיחת הקבר בלא דם".

אין אנדערע נייעס, ווערט געברענגט אין פארשידענע תיאורים פון גן עדן התחתון, אז די צדיקים דארט מאכען ליבע צו זייערע ווייבער יעדער נאכט ביי חצות. (און איר נאראנים האטס געמיינט אס פאר דעם דארף מען אויפבלאזען א באס צו וואס..)

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז ווערט געוען אלע חבלי לידה פון אמהות אמהותנו, (העי, צעלייגער, פארגינט יסורים די באבן, הא?) צו קענען זוכה זיין צום מאמענט ווען אלופי ומיודעי קאמפלימענטירט מיר אזוי ווארעם.


לעיקוואד האט געשריבן: אין אנדערע נייעס, ווערט געברענגט אין פארשידענע תיאורים פון גן עדן התחתון, אז די צדיקים דארט מאכען ליבע צו זייערע ווייבער יעדער נאכט ביי חצות. (און איר נאראנים האטס געמיינט אס פאר דעם דארף מען אויפבלאזען א באס צו וואס..)
,
און איך שוטה האב געמיינט אז פאר אביסל תאוות בשרים דארף מען לעבן דא, צאלן מארגעדזשעס און סאפערן אין עולם התחתון.......

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:29 pm
דורך אביגדור
נורא.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:31 pm
דורך זר זהב
ס'איז אבער נישט ממש יענע ווארט

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:51 pm
דורך קינות גירושין
למעשה איז דא עפעס א מקור אין חז״ל אז סטוט זיך ליבע לאחר מיתה?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:58 pm
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי קען מען טוהן ליבע מיט אן אבר מת?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:03 pm
דורך מאראנצןזאפט
יא, די גמ' זאגט אויף א פלאץ אז איינער איז אראפ צו אברהם ושרה און געזען זי ליגט אויף זיין שויס וכו', איך געדענק נאר נישט וואו.
ס'מיינט מן הסתם העכערע זאכן.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 6:36 pm
דורך לעיקוואד
"בבא בתרא נ"ח ע"א:
ר' בנאה הוה קא מציין מערתא כי מטא למערתא דאברהם אשכחיה לאליעזר עבד אברהם דקאי קמי בבא א"ל מאי קא עביד אברהם א"ל גאני בכנפה דשרה וקא מעיינא ליה ברישיה


שער רוח הקודש לאריה"ק דף מ' ע"א
והנה אין ספק שלא ידמה האדם, כי הצדיקים בפטירתם והיותם שוכני עפר. בטילים מן העבודה והיחוד ח"ו. כי הם מייחדים תמיד .. ולא עוד אלא שגם הם מזדווגים בג"ע. ומולידים נפשות לגרים, כמבואר שם. בפ' שלח לך בריש דף קס"ח ע"ב.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 7:28 pm
דורך קינות גירושין
איך דארף לערנען קבלה כדי צו קענען זוכה זיין צו די ליבע אדער סתם עמך אידען קענען אויך מאכען די הנאה?