בלאט 1 פון 2

George Orwell און זיינע ביכער

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:58 pm
דורך הוגה
[justify]George Orwell איז איינס פון די מערסט באקאנטע שרייבער און נאוועליסט אין די צוואנציגסטע סענטארי. זיין עכטע נאמען איז עריק ארטור בלעיר און ער האט גענוצט George Orwell אלץ זיין פען-נאמען. ער האט געוואוינט אין לאנדאן, ענגלאנד און ער איז געשטארבן גאנץ יונג. זיינע ביכער זענען געשריבן געווארן באזירט אויף זיינע וועלטליכע און פאליטישע שיטות. ער איז געווען א שטארקע אפאנאנט פון טאטאליטעריאניזם בכלל און קאמוניזם בפרט. איך אליינס האב נאר געליינט זיינע צוויי מערסט באקאנטע ביכער, 1984 און Animal Farm וועלכער האבן צוזאמען זיך פארקויפט איבער די וועלט מער ווי סיי וועלכער צוויי ביכער פון איין שרייבער פון ווען אימער.

זייער אסאך פון זיינע פראזעס ווערן היינט באנוצט אריין גערעכנט אין די טאג טעגליכער לעקסיקאן. לדוגמא – cold war, big brother און thought police. זיין נאמען ווערט אפיציעל גענוצט צו דעסקרייבען א געוויסען קאלטור אלץ ארוועליען. ארוועליען מיינט א טאטאליטעריען קולטור ווי די פאר פירער פון אויבן קאנטראלירן אלעם און אלעמען, ספעציפיש די אקענאמיע און דאס פירט די גאנצע געמיינדע פונעם קולטור טיף אין דער ערד פון אלע זייטן, א שטייגער ווי קאמוניסטישע לענדער.


1984

דער בוך איז א Masterpiece! עס איז פובליצירט געווארן אין 1949. די מעשה איז אבער פלאצירט אין די imaginary וועלט פון 'ארוועל' אין די יאר 1984.

(דער בוך מוז געליינט ווערן אין די קאנטעקסט פון יענע צייט ווען עס איז געשריבן געווארן, באלד נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די צוויי וועלט מאכטן האבן זיך צוטיילט אזוי נישט-מיר נישט-דיר מיט לעדערלעך פון די וועלט כאילו ס'וואלט געווען לאטקעס. רוסלאנד האט געהאלטן אין איין צולייגן לענדער צו זייער סאוויעטישע פארבאנד פון קאמוניסטישע לענדער, און אמעריקא האט זיך געהאלטן אין איין אויפבויען מיט אירע אלאירטע לענדער.)

די וועלט איז צוטיילט אין דריי גרויסע רעגירונגען וועלכער לעבן א יעדע טאג אונטער די שאטן פון די נעקסטע אנקומענדע גרויסע קריג צווישן די דריי. די מעשה איז אין די אשיען פראווינס פון איינער פון די רעגירונגען. די הויפט כאראקטאר ווינסטאן סמיט איז גאנץ א פשוט'ע בירגער פונען לאנד און די נארעיטאר גייט אים נאך אין א ראלער קאוסטער פון א מעשה וואס אנטפלעקט ווי די רעגירונג קאנטראלירט וואס מענטשן עסן, ליינען, טוען פאר פארוויילונג, רעדן, ארבייטן, הייראטען וכו'.

דאס גאנצע לאנד איז קאנראלד, פאטראלד און אונטער די אויפזיכט פון סיקרעט פאליציי וואס קוקן נאך צו מאכן זיכער אז קיינער גייט נישט ארויס פון די ליין. ווען יא, ווערט די מענטש פארשווינדן צו א ספעציעלע פלאץ וואו זיין מח ווערט געפיקסט אז עס זאל שטימן מיט די אגענדע און מיט די לאנד. אויך באקומען מיר א בליק אריין אין די מידיא דעפארטמענט וואו מיר זעהן ווי אזוי זיי דארפן ארבייטן איבערצושרייבן היסטאריע א יעדע פאר יאר כדי עס זאל שטימען מיט וואס די פירערשאפט טוט יעצט און מיט זייער יעצטיגע אגענדעס און פירער (אגב, דאס געשעהט היינטיגע טעג אין נארט קאריע).

עס איז נישט מעגליך פארצושטעלען די genius פון ארוועל פארן קענען שרייבן אזא בוך. איך בין נישט זיכער אויב ארוועל האט טאקע געהאלטן אז די וועלט וועט אזוי אויסזעהן אין 1984 (אין א געוויסע זין האט טאקע אזוי אויסגעזעהן אויף געוויסע ערטער) אדער איז דאס געווען א הוילע פאנטאסטישע נאוועלע. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז זיין imagination איינס אין די וועלט. אין א קורצע באשרייבונג איז נישט מעגליך אראפ צו ברענגן אלע פרטים פון די מעשה, אבער אויב זענט איר אן avid ליינער איז דער בוך גאר שטארק רעקאמאנדירט.


Animal Farm

דער בוך איז אין מיין אפיניאן מער געניאל ווי 1984. דער בוך איז געשריבן געווארן אין 1943 און פובליצירט אין 1945. דער בוך איז א משל אויף לענין, טראצקי און סטאלין און אנדערע רעוואלוציע פירער אין די קאמוניסטישע רעוואלוציע פון 1917.

א גרופע בעלי חיים, חזרים, פערד, אייזל, שעפעלעך, הונט וכו' פון א פארם אין ענגלאנד נעמען זיך צוזאם נאך דעם וואס זיי זענען מיד געווארן פון ארבייטן אזוי שווער נאר כדי אנדערע (מענטשן) זאלן קענען האבן הנאה, און זיי זענען מחליט אז זיי וועלן מכאן א רעוואלוציע אקעגן די מענטשליכע בעלי בתים פון די פארם. נאך די רעוואלוציע ביי א מיטינג פארשפרעכן די פירער פון די רעוואלוציע (די חזירים) גלייכ-בארעכטיגקייט פאר אלע, און אז קיינער וועט נישט זיין גרעסער איינער פון אנדערע, אדער געוועלטיגן איינער אויפן אנדערע.

מיט א פרישקייט האבן זיך אלע בהמות וחיות גענומען ארבייטן פלייסיג וויסנדיג אז זיי ארבייטן "נאר" פאר זיך. אויך האבן זיי געוויסט אז יעצט וועט זייער ארבייט זיין אסאך גרינגער צוליב דעם וואס זיי דארפן נישט טיילן זייער עסן מיט די פאראסיטישע מענטשן וואס ארבייטן נישט, ווי אויך אז קיינער וועט נישט נוצן זייער האנט-ווערק זיך צו בויען די רייכקייט.

די צוויי קלוגע חזרים זענען (אנשטאט ארבייטן) פארנומען א גאנצע טאג אויספלאנירן וואס מען קען טון צו פארבעסערן די פארם. שטייטליך האבן זיי פארשטייט זיך איבערגענומען די פירערשאפט און האבן געטון מיט אלעס ככל העולה על רוחם. די בוך ענדיגט זיך מיט די נייע סלאגאן פון די Animal Farm.

ALL ANIMALS ARE EQUAL, BUT SOME ARE MORE EQUAL THAN OTHERS

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ארוועל אליינס איז געווען א שטארקע סאציאליסט, און ער טוט קיינמאל אין זיין שרייבווערק נישט אוועק מאכן די סאציאליסטישע אידאליזם, אדרבא ער דערהייבט עס גאר שטארק. ער איז נאר געווען א שטארקע שונא פון קארופציע, און דאס איז די הויפט טעמע אין ביידע ביכער. אין מיין אפיניאן שטעקט אין דעם אביסל די שוואכקייט פון ארוועל אז ער האט געלעבט אין די utopian חלום אז סאציאליזם קען פונקציאנירן פאר א לענגערע צייט-אפשניט אן קיין קארופציע.

איך פערזענליך האב שטארק אינטערעסע אין Animal Farm. קארופציע דורך געמיינדע פירער איז א hot buttun issue פאר מיר. אין Animal Farm האב איך געפונען זייער שטארקע ענליקייטן צו מיינע mental קאשמארן. אין א געוויסע זין זעה איך אין דער בוך געוויסע כאראקטארן וואס פלאגן היינט די חרדי'שע וועלט און אירע געמיינדעס. זייער אסאך סענטימענטן וואס ווערן אזוי eloquently געליינט צווישן די שורות פילן אסאך (איך בין אסאך ;) ) אין אונזערע געמיינדע ביחס צו די פירער.

כמעשהו בראשו כך מעשהו בשני, דאס איז א קורצע מעשה וואס איך רעקאמאנדיר שטארק פאר קינדער און ערוואקסענע צוגלייך.




וואס האלט איר?[/justify]

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:20 pm
דורך בן תמליון
יישר כוחכם פאר א הערליכן צום זאך איבערזוכט אויף די צוויי וועלט בארימטע ביכער. ווען איך האב געליינט 1984 בין איך נישט געווען ביי זיך פאר א פאר וואכן. איך שוין דא איינמאל פארגעשלאגן ערגעץ אז מען דארף איבערזעצן ענימל פארם אין היימיש אידיש. איך פיל אויך עס רעדט שטארק צו אונז.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:25 pm
דורך זר זהב
סעוועדזש רעדט דא פון 1984 און וויאזוי ס'האט אים אפעקטירט

http://www.youtube.com/watch?v=FbIhjNTjJU4

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
וואו, הוגה! A1
ליין מער, שרייב מער, מיר דארפן האבן אזעלכע, מיר דארפן האבן חזירים'לעך וואס זעען אז צוויי חזירים'לעך רייטן אויף אונז!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:36 pm
דורך יידל
כ'מיין אז 1984 רעדט אין א געוויסן זין מער צום חרדישן ציבור ווי ענימעל פארם. אבער ענימעל פארם איז פיל געשמאקער לענ"ד (אפשר ווייל כ'האב ליב א משל ונמשל).

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:26 pm
דורך הוגה
א געלונגענע בוך וואס איז גוט געשריבן איז timeless. דאס מיינט אז עניבאדי פון עני era קען טרעפן עפעס אינעם בוך וואס רעדט צו זיי, און א טעמע וואס איז אויף זייער אגענדע.

מייקל סעוועדזש (און זר זהב) זעהן אין דער בוך א נביאות צו אמעריקא בימי מלוך אבאמא. יידל זעהט דערין (אויב איך האב גוט פארשטאנען) א צושטעל צו די מצב ביי אונז וואו עלטערע ערוואקסענע מענטשן ווערן קאנטראלירט אויף יעדע טריט און שריט דורך זייערע קהלות און מוסדות.

סטיוו דזשאבס האט אין יאר 1984 ביים סופער באול אדווערטייזד זיין ניי ערפינדענע מעקאנטאש קאמפיוטער. די טעמע פון די קאמערשעל איז געווען ארוועל'ס 1984. דער קאמערשל איז איינס פון די מערסט באקאנטע קאמערשלס. הונדערטער ארטיקלן און קאמענטעריס זענען געשריבן געווארן דערויף. און די מעקאנטאש איז טאקע געווען א סוקסעס.

@בן תמליון
איך בין טאקע סורפרייזד. איך האב יעצט געמאכט א סערטש און איך האב נישט געטראפן די בוך ענימל פארם טראנסלעיטעד אין אידיש. איך ווינדער מיך פארוואס קיינער האט עס נישט געטון ביז היינט.

ארוועל האט געשריבן נאך ביכער. האט איינער דא געליינט אן אנדערע בוך פון אים?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:37 pm
דורך הוגה
יאנקל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטן קאמענטאר אויף דעם עפל קאמערשעל:
Does anyone else find it highly ironic that a company which positioned itself against the Orwellian 1984 world is the technology company so consumed with controlling their user's experience?!?


אוי זאגט ער גוט! סטיוו דזשאבס האט אלץ פרובירט אהערצושטעלן זיך, זיין קאמפאני און זיינע קליענטן אלץ מענטשן וואס גייען אקעגן די שטראם, און זיי דיפייען קאנטראל. יעצט זענען זיי אליינס די וואס קאנטראלירן זייערע מאסן קליענטן.

(און נאכאמאל להשוות, וועל איך פרעגן די זעלבע קשיא בנוגע אונז. דארפן בני ישראל צו האבן א בחירה אדער דארפן זיי ווערן געצווינגן? - סארי, כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן.)

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:15 pm
דורך יידל
איך האב אויך אנגעהויבן אמאל ליינען "א קלערגימאן'ס טאכטער" אבער כ'האב קיינמאל נישט געענדיגט.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:40 am
דורך בן תמליון

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:42 pm
דורך פידלער
גאנץ אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין סעלאן וועגן *1984*, בעיקר וויאזוי אונזער סאוסייעטי טייטשט עס אויס אויף אן אומגערעכטע וועג.

What everybody gets wrong about Orwell
www.salon.com

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:49 pm
דורך יידל
פידלער, דיין לינק פירט צום פראנט פעידזש אין סעלאן. אט איז א דירעקט לינק http://www.salon.com/2013/06/19/big_bro ... singleton/

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:01 pm
דורך פידלער
יידל האט געשריבן:פידלער, דיין לינק פירט צום פראנט פעידזש אין סעלאן. אט איז א דירעקט לינק http://www.salon.com/2013/06/19/big_bro ... singleton/


יישר כח.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:12 pm
דורך הוגה
@פידלער
א גרויסע יישר כח פאר די לינק. איך בין נישט זיכער פונקטליך וואו די שרייבער פונעם ארטיקל שטייט, היות ער פארט אהין און צוריק. אבער אזוי פארשטיי איך די נושא.

אלעס אין די וועלט באשטייט פון צוויי קיצונות, און אלעס אנדערש איז אין דערמיט. אבער היות די וועלט איז רונדיג זענען בעצם די צוויי קיצונות איינס לעבן דעם אנדערע. (כעין מהודו ועד כוש.) לדוגמא, פאשיזם און קאמוניזם זענען בעצם אויף צוויי אנדערע עקן פון די פאליטישע ספעקטראם, קאמוניזם איז אין א געוויסע זין די קיצוניות'דיגע סאציאליזם/ליביראליזם, און פאשיזם איז אין א געוויסע זין די קיצוניות'דיגע קאפיטאליזם/קאנסערוויטיזם. דאך זענען פאשיזם און קאמוניזם אזוי נאנט איינער צום אנדערע אז אסאך מאל קען מען נישט דערקענען וועלכער איז וועלכע -ווער רצח'ט זיינע בירגער צוליב וועלכער אידיאליזם.

די זעלבע איז דא, בנוגע דאס צושטעל פון אמעריקא'ס סורוועילינס פראגראם צו די ביג בראדעריזם פון ארוועל'ס 1984. בעצם שטייט אונזער סאסייעטי ביים אנדערע עק פון די ספעקטראם פון די ארוועליען סאסייעטי. זיינס איז די שפוץ פון טאטאליטאריאניזם, און אונזער'ס איז די שפוץ פון דעמאקראטיע. דאך, ווען מען גייט מיט דעמאקראטיע ביזן עקסטרעם קומט עס אין בארירונג מיט די עקסטרעמע שפוץ פון טאטאליטאריאניזם און עס איז שווער צו דערקענען וועלכער איז וועלכע. ווער שפיאנירט אויף אירע בירגער צוליב וועלכע אידיאליזם.

און דא קומט אריין א געוואלדיגע פראזע וואס די שרייבער ברענגט בשם ארוועל:
“The conscious enemies of liberty are those to whom liberty ought to mean most,”


וואס האלט איר?

יידל האט געשריבן:איך האב אויך אנגעהויבן אמאל ליינען "א קלערגימאן'ס טאכטער" אבער כ'האב קיינמאל נישט געענדיגט.


@יידל
פארוואס האסטו נישט געענדיגט יענע בוך?איז עס נישט געווען אינטערעסאנט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:52 pm
דורך פידלער
הוגה האט געשריבן:@פידלער
א גרויסע יישר כח פאר די לינק. איך בין נישט זיכער פונקטליך וואו די שרייבער פונעם ארטיקל שטייט, היות ער פארט אהין און צוריק. אבער אזוי פארשטיי איך די נושא.

אלעס אין די וועלט באשטייט פון צוויי קיצונות, און אלעס אנדערש איז אין דערמיט. אבער היות די וועלט איז רונדיג זענען בעצם די צוויי קיצונות איינס לעבן דעם אנדערע. (כעין מהודו ועד כוש.) לדוגמא, פאשיזם און קאמוניזם זענען בעצם אויף צוויי אנדערע עקן פון די פאליטישע ספעקטראם, קאמוניזם איז אין א געוויסע זין די קיצוניות'דיגע סאציאליזם/ליביראליזם, און פאשיזם איז אין א געוויסע זין די קיצוניות'דיגע קאפיטאליזם/קאנסערוויטיזם. דאך זענען פאשיזם און קאמוניזם אזוי נאנט איינער צום אנדערע אז אסאך מאל קען מען נישט דערקענען וועלכער איז וועלכע -ווער רצח'ט זיינע בירגער צוליב וועלכער אידיאליזם.

די זעלבע איז דא, בנוגע דאס צושטעל פון אמעריקא'ס סורוועילינס פראגראם צו די ביג בראדעריזם פון ארוועל'ס 1984. בעצם שטייט אונזער סאסייעטי ביים אנדערע עק פון די ספעקטראם פון די ארוועליען סאסייעטי. זיינס איז די שפוץ פון טאטאליטאריאניזם, און אונזער'ס איז די שפוץ פון דעמאקראטיע. דאך, ווען מען גייט מיט דעמאקראטיע ביזן עקסטרעם קומט עס אין בארירונג מיט די עקסטרעמע שפוץ פון טאטאליטאריאניזם און עס איז שווער צו דערקענען וועלכער איז וועלכע. ווער שפיאנירט אויף אירע בירגער צוליב וועלכע אידיאליזם.

און דא קומט אריין א געוואלדיגע פראזע וואס די שרייבער ברענגט בשם ארוועל:
“The conscious enemies of liberty are those to whom liberty ought to mean most,”


וואס האלט איר?

הוגה, איך בין זייער impressed פון דיין עלעגאנטע אנאליז. שארף און ריכטיג. אבער וויאזוי האסטו דאס ארויסגענומען פון די סאלאן ארטיקל? ווי איך זע עס, רעדט זיך די ארטיקל בעיקר פון language, סיי בעצם און סיי Orwellian. ס'רעדט זיך אויך פון misconceptions, ספעציעל פון אונזער איינרעדעניש אז 1984 איז ממש א פונקטליכע צוגלייך צו דאס וואס מיר לעבן יעצט דורך אין די Obama/NSA תקופה.

:Orwell was a real pedant when it came to language. This article

A. confirms his theory that language is political
B. highlights the irony that the name of Orwell--he who was so fussy about language--has itself become mutilated. The word Orwellian has come to be defined as totalitarianism or panopticism, as if he supported these phenomena, when in reality he and his work are extremely critical of them
C. Highlights some differences between *1984* and our current situation

מ'קען זען אז די שרייבער פון די ארטיקל איז א גרויסע חסיד פון Orwell. ער פרובירט אריינצורוקן וויפיל ער קען, און דערפאר קוקט עס אויס ווי ער פארט אהין און צוריק, אזוי ווי די האסט rightfully באמעקט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:27 pm
דורך איחוד פעלד
אליבא דארוועל

ווער זענען היינט די חזירים?

ווער זענען די פאפיס וואס זענען געווארען גרויזאמע כלבים?

און ווער זענען די שאף? (אגב, אין די נייעס זעהט מען גאר אסאך מאהל געניצט דער טערם שאף).

מען קען מדמה זיין די אנדערע כאראקטארען אויך. און ביטע נאר שרייבען דוגמאות אין אונזערע אידישע היימישע לעבען.

די וועלט זאגט אז טאמער האסטו געליינט ענימעל פארם און די האסט דיך נישט געטראפען דארט, דאן האסטו נישט גט געליינט, און די ברויכסט עס איבער ליינען.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:30 pm
דורך הוגה
@פידלער
איך האב נישט געמיינט צו אריינלייגן מיין קאמענטערי אין די ווערטער פון די סאלאן שרייבער. ס''ה האב איך מיך באצויגן צו די פינאמענאן אז אזוי פיל קאמענטעיטארס פרובירן צו ציען א צושטעל צווישן די היינטיגע מצב און ארוועל'ס טאטאליטאריאן סאסייעטי. אויף דעם ארויף איז מיין קאמענטערי באצויגן.

די שרייבער פון סאלאן באציט זיך צו די נושא פון די וויכטיגע ראלע וואס 'שפראך' פארנעמט אין ארוועל'ס דאגות און אין די ארוויעליען סאסייאטי. ער נעמט עס ארויס פון - צווישען אנדערע - די וויכטיגע און אינטעגראלער חלק וואס ''newspeak'' פארנעמט אין די מעשה פון 1984. אבער לענ''ד גייט ער אביסל צו ווייט מיט דעם אז ער נעמט עס ארויס פון די פאנטאזיע-לאנד און ברענגט עס אריין אין ריאליטי. אין ריאליטי (אנדערש ווי אין די ארגינעלע ארוועליען סאסייעטי) איז פארהאן א גרויסע טייל פון שפראך וואס איז נישט ליטעראל גערעדט. ווערטער ווערען גענוצט אלץ משל, לשבר את האוזן. און ממילא איז עס לדעתי אביסל איבערגעטריבן צו פרעגן איבער די ריכטיגקייט פון דאס באנוץ מיטן ווארט 'ארוועליען'.

מענין לענין. מען קען נאך היינט זעהן ווי וויכטיג 'שפראך' קען זיין אין ליכט פון אידיאליזם, ווען מען באמערקט ווי געוויסע פראזעס און ווערטער גייען אריין און ארויס פון די טאג טעגליכע באנוץ געוואנדן לויט וועלכע אידיאליזם ווינט בוזשעוועט יענע טאג. א שטייגער ווי axes of evil, islamst extremism and spying vs. surveillace, just to name a few.

@איחוד פעלד
אליבא דארוועל זענען די צוויי חזירים סטאלין און טראצקי, און אזוי ווייטער איז די גאנצע מעשה פארטייטשט אויף די דעמאלטס'דיגע רוסישע פירערשאפט. 'ענימעל פארם' איז אבער א timeless novel, עס פארמאגט א טעמע און א מעסעדזש פאר כמעט א יעדע מענטש און א יעדע צייט. ממילא, קענסטו עס אויסטייטשן ווי אזוי עס זעהט דיר אויס בעיניך. אין מיין ערשטע תגובה אויבן האב איך בקיצור געשריבן ווי אזוי עס זעהט מיר אויס, עיי''ש.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 1:53 am
דורך איחוד פעלד
הוגה האט געשריבן:@איחוד פעלד
אליבא דארוועל זענען די צוויי חזירים סטאלין און טראצקי, און אזוי ווייטער איז די גאנצע מעשה פארטייטשט אויף די דעמאלטס'דיגע רוסישע פירערשאפט. 'ענימעל פארם' איז אבער א timeless novel, עס פארמאגט א טעמע און א מעסעדזש פאר כמעט א יעדע מענטש און א יעדע צייט. ממילא, קענסטו עס אויסטייטשן ווי אזוי עס זעהט דיר אויס בעיניך. אין מיין ערשטע תגובה אויבן האב איך בקיצור געשריבן ווי אזוי עס זעהט מיר אויס, עיי''ש.



"אליבא דארוועל" מיין איך נישט וואס ארוועל האט געמיינט.

איך מיין לויט זיין בוך, און ווען די קוקסט אהן אונזערע חרדישע געזעלשאפט, וועמען וואלסטו געטייטעלט צו זיין די חזירים? און ווער זענען די שאף? און די puppies ווער זענען?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:23 am
דורך הוגה
איחוד פעלד האט געשריבן:,ווען די קוקסט אהן אונזערע חרדישע געזעלשאפט, וועמען וואלסטו געטייטעלט צו זיין די חזירים? און ווער זענען די שאף? און די puppies ווער זענען?


כ'זעה דאך אז דו האסט א מיינונג. אדרבא,לאמיר הערן!
:דמיונות:

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 11:47 pm
דורך Big Boy
A great writing by Orwell on the English language is “politics and the English Language”. It’s a great and deep article about how people write and politicians speak in unclear and indirect ways.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:38 am
דורך יואליש
Big Boy האט געשריבן:A great writing by Orwell on the English language is “politics and the English Language”. It’s a great and deep article about how people write and politicians speak in unclear and indirect ways.


כ'האב יעצט אראפגעסקראלט דעם אשכול צו זעהן אויב די עסיי ווערט דערמאנט. ס'איז טאקע זייער אן אינטערעסאנטע עסיי און ס'פיט אריין אין די קאנטראל טעמע, וויאזוי דאבעלספיעק און לופטיגע פראזן ווערן אבויזט צו קאנטראלירן אן עולם גולם וואס כאפט קעלבענע התפעלות. און הוגה האט טאקע אויבן אנגערירט די נושא. א היינטיגע דוגמא איז דאס נאמען געבן פון געזעצן. מער קאפ און מוח גייט אריין אין די נאמען ווי אין דאס עצם געזעץ. דיפענסיוו מערידזש אקט, פעטריאט אקט, עפארדעבעל העלט קעיר אקט, אמעריקען זשאבס אקט, איי לייק הוגה אקט, וכו'

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:07 am
דורך הוגה
Big Boy האט געשריבן:A great writing by Orwell on the English language is “politics and the English Language”. It’s a great and deep article about how people write and politicians speak in unclear and indirect ways.


יישר כח פארן רעקאמענדאציע, עמיר אפיר זוכן די ארטיקל. אויב מעגליך ביטע צייכנט אן א לינק דערצו מיט א קורצע synopsis, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן. תודה למפרע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:23 am
דורך Big Boy
הוגה האט געשריבן:
Big Boy האט געשריבן:A great writing by Orwell on the English language is “politics and the English Language”. It’s a great and deep article about how people write and politicians speak in unclear and indirect ways.


יישר כח פארן רעקאמענדאציע, עמיר אפיר זוכן די ארטיקל. אויב מעגליך ביטע צייכנט אן א לינק דערצו מיט א קורצע synopsis, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן. תודה למפרע.



Heres the link. http://orwell.ru/library/essays/politic ... sh/e_polit


Heres what Wiki writes about it. http://en.wikipedia.org/wiki/Politics_a ... h_Language

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:53 pm
דורך געפילטע פיש
הוגה האט געשריבן:@בן תמליון
איך בין טאקע סורפרייזד. איך האב יעצט געמאכט א סערטש און איך האב נישט געטראפן די בוך ענימל פארם טראנסלעיטעד אין אידיש. איך ווינדער מיך פארוואס קיינער האט עס נישט געטון ביז היינט.

ס'איז גראדע יא איבערגעטייטשט געווארן אויף יידיש, ס'הייסט "דער חיות-פאלווארק", אבער כ'זעט נישט אויס ווי מ'קען עס קויפן אדער דאונלאודן אנליין.

בילד

----

יעצט זע איך אז מ'קען עס יא קויפן, דא.