בלאט 1 פון 1

בד"ה: כ"ק האדמו"ר רבי שמואל שמעלקא רובין מ'סוליצא זצ"ל

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:33 pm
דורך שעפטל
אין די מינוטן איז אריינגעקומען די ביטערע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מ'סוליצא איז נפטר געווארן.

מער איבערן רבי'ן ז"ל וועט נאכפאלגן.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:35 pm
דורך זר זהב
את אשר יגרוני בא! :cry: :cry:

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:24 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:את אשר יגרוני בא! :cry: :cry:

פארוואס וויינסטו? האסט פארגעסן דיין היינטיגע חתומה?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:27 am
דורך זר זהב
''וויינען'' איז נישט עצבות, ס'די הלכה צו באוויינען אן אדם כשר

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:16 am
דורך טעפל
האט ער עפעס א נאמען אדער וואס??

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:59 pm
דורך שעפטל
כ"ק אדמו"ר מרן רבי שמואל שמעלקא רובין זצ"ל איז געבוירן צו זיין פאטער כ"ק הרה"ק רבי יעקב ישראל ישורון רובין הי"ד און זיין מאמע הרבנית אלטא נחמה מלכה הי"ד, אום כ"א אדר תרפ"ה אין סאסרעיגען
האדמור-מסוליצא-זצל-ממראות-חייו-6-470x705.jpg

געווען א איידעם ביי כ"ק הרה"ק רבי ישכר בער ראזענבוים זצ"ל פון סטראזניץ.
געפירט זיין ביהמ"ד אין פאראקאוועי,
איבערגעלאזט איין זון:
הרה"צ רבי יעקב שליט"א רב הצעיר ד'סוליצא
איין זון הרה"צ רבי ישכר ז"ל אב"ד עבודת ישראל קאזניץ אין סיגעיט איז נפטר געווארן אלול תשע"א
און איידעמער:
הגה"צ רבי נחום אפרים טייטלבוים שליט"א, אב"ד וואלאווא
אדמו''ר מ'סאטמאר, האדמו''ר מ'סוליצא, אב''ד וואלאווא, רב ביהמ''ד ברך משה-ויואל משה ק''י.jpg

הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל רובין שליט"א אדמו"ר מ'ראפשיץ
הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער שליט"א, רב ביהמ"ד מקור ברוך - סערעט-וויזניץ אין ירושלים
הרה"צ אדמו"ר מדעעש וויליאמסבורג שליט"א.

די לוי' איז געווען היינט ביי זיין ביהמ"ד, און מ'טראגט אים קיין ארץ ישראל, ווי די לוי' וועט ארויסגיין פון ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ און פון דארט צום בית החיים אין צפת

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:01 pm
דורך זר זהב
פארוואס האב איך מיר איינגערעט אז ער הייסט ראזענבערגער?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:06 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:פארוואס האב איך מיר איינגערעט אז ער הייסט ראזענבערגער?

ווייל די אקסען וואס האבן געמאלדן זיין לויה אויף די מודעות האבן נישט געשריבן זיין משפחה נאמען, נאר "שמואל שמעלקא", אזויווי "רבי איציקעל", וואס ווייניג מענטשען ווייסען זיין משפחה נאמען..

אדער ווייל אין וומ"ס איז דא רב, אויך סוליצא, מיטן נאמען ראזענבערגער

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:06 pm
דורך שעפטל
אהה דו מיינסט רבי פרץ'ן.
ס'דא צוויי...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:07 pm
דורך זר זהב
אה אה, קרובים?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 5:08 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 5:13 pm
דורך שעפטל

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 6:42 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
ערשטע יארצייט

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:03 am
דורך דולה ומשקה
שכועך פאר'ן אויפוועקער, כ'האב נישט געוויסט אז דער רבי כבר הלך לעולמו.

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 1:46 pm
דורך מחצה''ק
דער סוליצא רבי איז געווען א שטאלצע יוד בה''א הידועה גראד נאך די מלחמה נאך פאר סאיז געווען אין סטייל זיך אנגעטון די רעבישע שמונה בגדים אין זיך אזוי געדרייט אין פאראקוועי געהאט מסי''נ פאר יעדע קוצו של יוד ווער סוויל קען גיין הערן צענדליגער מעשיות פון זיינע קינדער אין אייניקלעך איך האב אמאל געשמיסט מיט א אייניקעל איך בין ממש נבהל ונשתומם געווארן וואס פאר א גרויסע יוד ער איז געווען זי''ע

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:23 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב איהם געזעהן עטליכע מאל. אבער ער האט שןין דאמאלס נישט פונקציאנירט. מ'האט גארנישט דערקענט אויף איהם די אלע גרויסע זאכן וואס דו פארציילסט איבער איהם...!