בלאט 1 פון 1

מזל טוב!!!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:49 am
דורך שעפטל
דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות וואס קומען פאר צווישן אונז עם הנבחר, אז ס'איז דא א ברוך דיין האמת געהענגל, מעג מען דאך זעכער מבשר זיין בשורות טובות, מ'זאל קענען מעלדן חתונות, שידוך שליסן, קינדער האבן און אפילו חאלאקא'ס...

נא איז נישט מער ווי פאסיג צו עפענען אזא אשכול מיט א שמחה וואס האט נאך א העכערע באדייט אזוי אויך...

שמחת בית תולדות אהרן - תולדות אברהם יצחק - מעליץ - קרעטשניף-סיגוט:

ס'איז געשלאסן געווארן א שידוך צווישן החתן בן הרה"צ רבי משה קאהן שליט"א, ראש חבורת 'חסד נעוריך' שע"י ק"ק תולדות אהרן, בן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'מעליץ שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א רב קהל תולדות אברהם יצחק-בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף סיגוט שליט"א.

ויה"ר שמשחה זו יושפע שפע רב לכל ישראל.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:01 am
דורך boxcover
מזל טוב, רבי שעפטל, פאר די זכיה פון דערקוויקען אידישע הערצער. נאר אויף שמחות.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:03 am
דורך newkave
איז דאס די ערשטע שידוך צווישן די צוויי ברודער?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:52 am
דורך שעפטל
newkave האט געשריבן:איז דאס די ערשטע שידוך צווישן די צוויי ברודער?

כ'מיין אזוי

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:56 am
דורך לעמיל
שעפטל האט געשריבן:דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות

עס איז שוין דא אזא אשכול

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:01 pm
דורך שעפטל
יענץ איז אין צימעס און נאר פאר רבנים.
דא אי"ה וועט עס בלייבן ריין פון לשון הרע ומחלוקת און דערוילעם זאל מעלדן פון אלע אידישע קינדער.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:03 pm
דורך לעמיל
די שידוך וואס דו האסט געלייגט איז פון רבנים

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:09 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:פון אלע אידישע קינדער.

viewtopic.php?f=4&t=3255

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:48 pm
דורך טישו באקס
לא היה ולא נברא..
קיינמאל אזא שידוך נישט געשלאסן געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:49 pm
דורך זר זהב
אזוי שנעל גע'גט?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:51 pm
דורך טישו באקס
אזוי שנעל גע'גט?


פאר ס'געשעט איז געווענליך גרינגער

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:53 pm
דורך קאווע טרינקער
טישו באקס האט געשריבן:לא היה ולא נברא..
קיינמאל אזא שידוך נישט געשלאסן געווארן

ס'פשוט נישט מעגליך, פאר ווער ס'ווייסט, מעליץ און סיגעט, זענען אויף מעסער שטעך, כ"ש מיט קרעטשניף-סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:37 pm
דורך ווייט פיש
לעמיל האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות




ול



א בשורה מרנינה ב''ה