בלאט 1 פון 2

נייע פאפא רב אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:24 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'הייבט זיך אן....
פאפא קהילה אין מאנסי האט פאראיאר אראפגעשטעלט זייער רב, ר' משה ראזנער, אן איידעם ביי פאפא רב ז"ל.
היינט זענען זיי מכתיר דאס צווייטע זוהן, פונעם פאפא רב זז"ג, מאיר פנחס, אלץ רב דפאפא מאנסי.
ימים ידברו.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:24 pm
דורך זר זהב
געווען באריכטעט פאריגע וואך אין איד

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:25 pm
דורך קאווע טרינקער
תיקון טעות - באקומען אין אישי:
דער נאמען פונעם נייעם רב איז "פנחס חיים", דער עלטערע ברודער הייסט "מאיר".

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:38 pm
דורך שעפטל
תשית לראשו עטרת פז!
יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:44 pm
דורך דעת תורה
וואס הייסט זיי האבן פאריאר אראפגעשטעלט זייער רב? וואס איז געווען די מעשה דארט?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:45 pm
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'הייבט זיך אן....
פאפא קהילה אין מאנסי האט פאראיאר אראפגעשטעלט זייער רב, ר' משה ראזנער, אן איידעם ביי פאפא רב ז"ל.
היינט זענען זיי מכתיר דאס צווייטע זוהן, פונעם פאפא רב זז"ג, מאיר פנחס, אלץ רב דפאפא מאנסי.
ימים ידברו.

וואס איז די מעשה דארט?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:04 pm
דורך בעל הבית
אלטס פאפא חסיד קום איך קלאר מאכן

אז מ'האט ח"ו נישט אפגעזאגט בגני, נאר ער האט געקענט באשטיין צו גיין, מען האט עם געגבן א סכום הגון צו בוען א נייע שול,אין יעדער איז צופריעדן

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:07 pm
דורך משה געציל
מען האט געטוישט די קאליר פון צימעס?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
זיי האבן שוין לאנג געוואלט באזייטיגן זייער דיין אין וומ"ס (כ'מיין ער הייסט רבי אהרן גרינוואלד) און אויפנעמען רבי מאיר אבער ער האט א שטיקל איידלקיט און ער וויל נישט וויי טון זיין פעטער.
מ'האט אים אמאל געוואלט מכתיר זיין ביי א דינער איז ער בכלל נישט געקומען. כפי שמועה דרייט ער זיך אין סטוטשין ביי רבי מאטל'ען און ער לערנט מיט אים קבלה.
(איך געדענק נישט איך זאל אים דארט זען. אין מיינע צייטן עכ"פ זיכער נישט, און איך קען עס דעריבער נישט באשטעטיגן).
#פאפאבומט

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:48 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, וואס זאגט איר צו דעם "ס" פון "סדר הערב"...?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:53 pm
דורך קאך_לעפל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זיי האבן שוין לאנג געוואלט באזייטיגן זייער דיין אין וומ"ס (כ'מיין ער הייסט רבי אהרן גרינוואלד) און אויפנעמען רבי מאיר אבער ער האט א שטיקל איידלקיט און ער וויל נישט וויי טון זיין פעטער.
מ'האט אים אמאל געוואלט מכתיר זיין ביי א דינער איז ער בכלל נישט געקומען. כפי שמועה דרייט ער זיך אין סטוטשין ביי רבי מאטל'ען און ער לערנט מיט אים קבלה.
(איך געדענק נישט איך זאל אים דארט זען. אין מיינע צייטן עכ"פ זיכער נישט, און איך קען עס דעריבער נישט באשטעטיגן).

#פאפאבומט


טייערער מאראנצען זאפט, די דערמאנטס מיר פון יענעם וואס איז נעבאך געווען געשלאגען מיט די מעשה, מיט א שמוץ אריבער פון די שמיני שבשמינית וואס חז''ל האבן מתיר געווען פאר א ת''ח, און ער פרעגט זיך ארום דרייען מיט א גרויסען שטעכעדיגען זאק, אויף זיינע אויסגעדארטע קערפער, אלס א כפרה אויף יענעמ'ס עבירות, אבער נאר אונטער די בגדים, אז מען זאל עס חלילה נישט זען,

אבער דער גוטער באשעפער איז דאך א רצון יריאיו יעשה, האט דער באשעפער געמאכט אז די זאק זאל זיך ארויסשטעקן פון אונטער די בגדים, אזוי אז יעדער זאל זען וואו ער דינט דעם אייבישטען, און ער איז זיך מסגף, בהצנע לכת.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 6:15 pm
דורך הדד בן בדד
אלס נישט פאפא חסיד וויל איך קלאר מאכן.

פאפא רבי'ס עלטסטע זון ר' מאיר איז טאקע זייער א חשוב'ער אינגערמאן און ער דרייט זיך טאקע ביי ר' מאטל זילבער, צו ער לערנט מיט אים קבלה דאס ווייס איך שוין נישט.

דער צווייטער זון איז שוין יארן ראש הכולל אין פאפא אין מאנסי, און דער רבי האט אים זייער געוואלט מאכן פאר רב, אבער זיין טאטע, דער פרערדיגער פאפא רב זצ"ל האט דאך געמאכט זיין שוואגער, הרה"ג ר' משה ראזנער שליט"א אלס רב אין פאפא מאנסי, האט ער געהאט א שטיקל פראבלעם. איז ער אויפגעקומען מיט אן עצה, ער גייט בויען נאך א פאפא שול אין מאנסי, א גרעסערע ווי די אלטע, און דארט גייט ער מאכן זיין זון פאר רב פון ביהמ"ד. דאס הייסט אז ר' משה ראזנער וועט ווייטער זיין פאפא רב פון מאנסי, און פון די נייע גרויסע פאפא שול וועט זיין זון זיין רב.

ווען ר' משה האט דאס געזען האט ער געזאגט דעם שוואגער, הער אויס, קיין פורים מאך נישט, ווילסט דאס רבנות, קענסט ער גערן האבן. צאל אפטריט געלט וועל איך גיין אליינס און זיך מאכן אן אייגענעם שול. דער שוואגער דער פאפא רבי האט זיך געכאפט דערויף און מען האט געשלאסן געשעפט.

פאר אפאר חדשים צוריק האט ר' משה ראזנער פארענדיגט בויען זיין נייעם שול, קהל טערצאל, (זיין טאטע איז געווען רב אין טערצאל) און די פאפא קהילה האט געמאכט פאר אים א שיינעם געזעגענוגס מסיבה, און יעצט נעמט די קהילה אויף א נייעם רב.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 7:06 pm
דורך טישו באקס
בד"וו, וואס זאגט איר צו דעם "ס" פון "סדר הערב"...?


לפענ"ד, מיט געשריבענע אויתיות וואלט עס אויסגעזעהן היפש בעסער.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 7:29 pm
דורך יידל
אפשר צאלט מען אפטריט געלט אויך פארן פאפא'ער רבי זעלבסט?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:06 pm
דורך gehlungen
יידל האט געשריבן:אפשר צאלט מען אפטריט געלט אויך פארן פאפא'ער רבי זעלבסט?

And how about $$$ for R'ZL ?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:08 pm
דורך זר זהב
You mean $$ for R'AT, huh ? LOL

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:15 pm
דורך יידל
היינט אין שול הער איך א מיטל-יעריגער איד שרייט אן צוויי יונגעלייטלעך, "נו, מ'רעדט נישט אזוי אין א מקום קדוש, עטס ווילטס צימעסן, גייטס אין פאליש".

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:16 pm
דורך זר זהב
אר יו סיריעס?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:17 pm
דורך איחוד פעלד
זייער שיינע נייעס.

אלץ בעסער ווי מחלוקת.

אי"ה ביי די נעקסטער פאפער רבי, ר' מאיר, ווען ער וועט וועלען זיי זוהן זאל ווערען די רב פין די ביהמ"ד, און וועט צאלען אפטריט געלט פאר זיין ברודער, ווען עס אויך זיין שיינע נייעס.

הדא הוא דכתיב, די נשיאים טוישען זיך און די בהמות בלייבען די זעלבע.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:12 pm
דורך קינות גירושין
איך געב קרעדיט פאר פאפע רב אום זיין שעוואגער
הלויה דא איין מאל זאל סאטמער זיי נאכמאכען

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:36 am
דורך קרעקער
געסבט עם קרעדיט אויך אויף וואס ער האט געטון מיט זיין עלעטערע ברודער פון ב"פ?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:06 am
דורך הדד בן בדד
Just for the record
דער ברודער פון באראפארק איז אינגער

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:13 am
דורך קינות גירושין
יא ווייל דארט האט ער געמאכט א מיסטעק און ער האט זיך גלערנט וויאזווי צו זיין א בעסערע מענטש
וויי איז פאר די,וואס לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים