בלאט 1 פון 3

נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:51 pm
דורך שנאפס
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:32 pm
דורך לעמיל
שיינע ארבעט געמאכט

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 3:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
ס'זעט אויס פיין, און ס'איז א חידוש אין דער אידישער מארק צו ארויסגעבן חומר סתם פאר אומזיסט.
אויב איינער איז נייגעריג וועל איך עס שבת אדורכליינען און קאמאנטירן לפי ראות עיני.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:21 pm
דורך גנדי
קנאת סופרים תרבה חכמה.

ווען קומען אונז ארויס מיט א אייגענע אויסגאבע?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:25 pm
דורך לעמיל
פרעיג חזקיהו

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 4:27 pm
דורך קאווע טרינקער
מנהלים עצה'נען נישט צו ליינען דעם מי מנוחות (רמז לדבר, מ"י מנוחו"ת ינהלנ"ו)

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:48 pm
דורך יידל
שנאפס האט געשריבן:נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:14 pm
דורך יין שרף
אינטרעסאנט דאס רופן זיי נישט יפה בעתו...

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:26 am
דורך נייגעריגער
יידל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?

זייער שיינע ארבעט, היבש באלערנד!

עס שטייט דערויף אז דעזיין און לעיאוט איז געמאכט דורך'ן ניק "שמן למאור"

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:47 am
דורך דולה ומשקה
מ'דארף ארויסנעמען א שטארקע מוסר השכל פון דעם קונטרס, דער ענין פון הכרת הטוב, וואס די מנהלים ואחראים האבען צו די מיטגליגער אין שרייבערס אויף זייער וועטל, זיי פארגעסן נישט פון די אשכולות וואס זענען שוין פון לאנג אראפ אין תהום, אין געבן קרעדיט צו די ניקס.
איך גלייב שטארק און אונזער קאווע טרינקערס, אז מדארף זיך לערנען פון יעדע גוטע זאך, מיר קענען אויך באווייזען אזאנס, (אז מיר וואלטן זיך נישט אזוי שטארק אפגעגעבען אויף לשון הרע ורכילות ענדערש אויף מער זאכטליכע ענינים).

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:33 pm
דורך לעמיל
אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער צווייטע אויסגאבע
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20330
ליינט און האט הנאה

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:42 pm
דורך טעפל
איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:59 pm
דורך מ. גליקמאן
אונז ווארטן נאך אויף [tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס אנאליז אויף די ערשטע.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
טעפל האט געשריבן:וואו איז לעמאן דזשוס?

ער האט גענומען א ברעיק פאר א האלב יאר...... נאכדעם וועט ער דעסיידען איזה דרך ישרה, צי ער זאל צוריקקומען צו פארבלייבן אין ביהמ"ד :(

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 8:50 am
דורך מאנדלבאום
טעפל האט געשריבן:איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?

עההה.. וואס רעטיר?... א שטייגער קאווע שטיבל? סישוין דא לרחצה...
מענדעלע.... שאלעמ... חייעמ נאכמענ... און נאך...
שטויבט אפ די אלע פאסקונדן און לופטערט זיי פון זייער פארביאלעטן קעלער גערוך, און האפ!... "מי מלוחות"
דערעוילעם וועט אפלאדירן סעט גאייען א רויעך!!!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:32 am
דורך דייטל
מאנדלבאום
ס'קוקט אויס ווי דו האלסט אז דו האסט א מצוה פון זיך דרייען אין קאווע שטיבל צווישן די משכילים און לאכן פון זיי ??
אנטלויף פון דא גיך ווייל דו קענסט פארכאפט ווערן, קיינער איז נישט פארזיכערט!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:44 am
דורך מאנדלבאום
@דייטל,
יא, איך דריי מיך דא ווייל איך בין שטארק מחולק מיט קאווע שטיבל אין פיל זאכן.
איך וויל זאגן מיין מיינוג, נישט פון דרויסן נאר אינעוווענדיג ווי ס'פאסט פאר "קאווע שטיבל" וואס מ'לאזט זאגן מיינוגען לויז און דעמאקראטיש.
וואס איז, מ'טאר נישט זיין אין אן אפאזיציע שטעללונג?
אבער האב קיין מורא, די הנהלה גייט מיר עניוועי ארויס טראסקענען פון דא בקרוב.

אגב,
האט איר אבער צו זאגן זאכליך אויף מיינע ווערטער? אדרבא! איך בין אפען מיינדעט, אזוי ווייט אפילו קעגן קאווע שטיבל!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:50 am
דורך דייטל
וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:54 am
דורך מאנדלבאום
דייטל האט געשריבן:וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..

הוספתי כמה מילים עי' בתגובה לפנינו

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 5:00 am
דורך דייטל
איך כשלעצמי האב כלל נישט קיין פראבלעם מיט דיין דא זיין, יערב לך, אבער לשיטתך פארשטיי איך נישט, ווייל אז קאווע שטיבל איז פונקט ווי שאלעמ אלייכעם וכו' האט דאך נישט קיין זין איר זאלט נעמען א שאלעמ אלייכעם אין די האנט, אפשר יא? איך בין אייך נישט חושד אין אזאנס..
אלא מאי וואס איז דיין ציל? און וואס האלט איר באמת איבער קאווע שטיבל? מעג מען דא זיין ? מעג מען לייענען? אויב דער תירוץ איז ניין, וואס טוסטו דא? ווילסט ראטעווען אנדערע? אויף דעם האב איך געזאגט אז דו וועסט ענדערש פארכאפט ווערן, און חייך קודמין, האב איך רעכט?
בכלל, ווי עס שיינט פון אייערע ווערטער אז איר ערווארט א קאפע אויף ארויס, איז נישט מסתבר אז איר זענט דא פאר מיינונגען אדער דיסקוסיעס..

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 5:36 am
דורך מאנדלבאום
מיין ציל איז געווען אז די נאיווע וואס דרייען זיך דא זאל זעהן נאך עפעס און נישט קויפן אלעס וואס ס'גיסט זיך דא אן קאנטראל.
איך האב געהאפט אז איר האט פארשטאנען דעם צושטעל צו אלייכעמ, און נישט זיך אן כאפן אויפן משל.
איך האב נישט ערווארט א קאפע ארויס, נאר די הנהלה האט מיר גע'טענה'עט דברים וואס איך פארשטיי אז מ'טאר נישט קומען בלויז קריטיקירן, ממילא גיי איך בקרוב פליען פון דאנען.

בנוגע צו ס'וועט מיר מזיק זיין?
איר האט א אמת'ע טענה, נישט ווייל איך האב זייער מורא פון די 'דברי חכמה' שבהם, נאר ווייל חזקה אויף דברים אסורים אז זיי שאטן, חוץ אויב ווען ס'איז לתועלת (כמובן מיט א תנאי אז מ טאר נישט זיין נאיוו)
וויבאלד אבער אז לכאורה גייט נישט געשעהן אזאנס, ווייל איך האב פארבינדענע הענט מצד די הנהלה, איז אויב איך וועל נישט קענען שרייבן וואס איך האב צו שרייבן, וועל איך אוודאי נישט אריין בליקן אפילו פון א מייל ווייט.

אגב וואס איז אייער מיינוג אויף קאווע שטיבל? (מעג מען פרעגן לויט די געזעצן?)

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:08 am
דורך איך אויך
און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:46 am
דורך מאנדלבאום
איין וויכטיגע פונקט!
אין מיין קיינעם אבער ממש קיינעם נישט פערזענליך, איך מיין דעם מהלך.