א צובראכענער בחור (פאאזיע)
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:44 am
שפאצירט זיך א בחור איינזאם אין א רוישיגער וועלט
א ווארימע נשמה'לע, נעבעך האט נישט קיין אייגען געצעלט
זיין לעבן ווערט דיקטירט וויאזוי פאר אנדערע עס געפעלט
און ער איז גאר דער אויף וועמען מען שעלט
עלטערן מחנכים שטייען איהם אויף די געהירן
זוכט ער א ישיבה, קנאקט מען אויף אים צו די טירן
משגיחים קענען איהם באזינגען ברחשין ושירין
נאר אזוי וועט ער פון אידישקייט זיך נישט רירן
איין שידוך נאכן צווייטן ס'גייט אים פארביי
פעה! אזא בחור פארדינט נישט מער ווי א שפיי
בכלל, אינגאצן נישט דאס זוכן זיי
געלט און ייחוס פארמאגן זיי דאך נישט סיי ווי סיי
מיט סיסטעם קוריאזן, נישט פולקאם ער טוהט קליקן
אויף אזא בחור ווער וויל אפילו אויף זיין זייט קוקן
א מויד מיט פעלערן לאמיר איהם אריינריקן
ס'איז דאך באשערט, פון הימל איהם געטוהן שיקן
א יעדעס בחור איז דאך געבוירן ווי יששכר חמור גרם
פאר יעדעם אן אויסנאם געזאגט געווארן פקודי ה' ישרים
חוץ זיצן ביים גמרא זענען נישט פארהאן דברים מותרים
זאל מען רייסן מיט רשעות פון די עלטערן ממון ודמים
ארבייטן חלילה, דאס קומט נישט אין באטראכט
ליבערשט קלאץ, און ווי אין א תפיסה שמאכט
פוסטעווע אפ די טאג און די נאכט
נאר אויפן שיינעם נאמען פון ישיבה גיב אבאכט
דאס לעבן טוה אים נאגן און דעריאגן
קיין שום אייגענטום ער מעג פארמאגן
מוסר און קריטיק איהם טוה שטענדיג זאגן
אדם לעמל יולד, טוה זיך נאך און נאך פלאגן
מיט אייער מי ימצא זיך האלזן און קוויקן
ער זאל אבער ווי א הונט זיך שטיקן
די שמועס איז נישט פאר דיר, פון קיפקעס שיקן
שובבים איז דאך מיוחד פאר אים, ער ברויך א תיקון
דער בחור צו א צווייט פאלק ער טוהט געהערן
פון איהם פליסט וואסער, נישט קיין טרערן
נאכדעם וואו פראבלעמען ווי פרעש טוהן זיך מערן
אפשר איז שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל אריינצוקלערן?