זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ס'איז קלאר אז ס'וועט שוין נישט געדויערן צו לאנג ביז ס'וועט אויסברעכען די ענדגילטיגע מלחמה פון די וועלט, וואס ווערט אנגערופען מלחמת גוג ומגוג, ס'וועט זיין א מלחמה וואס די מענטשהייט האט נאכנישט בייגעוואוינט, א שרעקליכע קאטאסטראפע

לויט ווי עס איז משמע אין די נבואה פון זכריה וועלען צוויי דריטעל פון די מענטשהייט גע'הרג'עט ווערען,
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (זכריה פרק יג):

"והיה בכל הארץ נאום ה' פי שנים בה יכרתו יגוועו והשלישית יוותר בה וגו' "
כלומר שני שליש מאוכלוסית העולם ימותו. ורק שליש ישאר.

חז"ל זאגן, אז די וועג צו ווערען געראטעוועט פין די קומענדיכע מעגא מלחמה איז צו לערנען תורה און טוהן חסד, די גמרא זאגט (סנהדרין צ"ח) שאלו תלמידיו את רבי אלעזר מה יעשה אדם וינצל מחבלו של משיח, יעסוק בתורה ובגמילות חסדים,

די איינציגע עצה איז צו לויפען צום באשעפער, די לופט ברענט שוין, די מלאכי חבלה שארפען שוין די מעסער'ס, די גאנצע וועלט איז שוין אויף קוילען,

ס'קומט שוין די צייט וואס דער באשעפער גייט אויסמעקן אלע שלעכטס, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, מען דארף אוועקלויפען פון שלעכטס ווי ווייטער, ווייל די שלעכטס גייט אונטערגיין, ביי גאולת מצרים זענען נאר א פיפטעל ארויס, די איבריגע פיר פיפטלעך זענען אומגעקומען בימי אפילה, ווער ווייסט וויזוי ס'וועט איצטערט זיין,

מען דארף זיך אנהייבען גרייטען צו די צייטען, קודם תשובה טאהן און זיך קערען צו גאט, אין דינען נאר אים אין ווייטער קיינעם, נישט קיין רבי'ס אין נישט קיין פארטיי, אין נישט דעי אלע נארישקייטען, נאר זיך אומקערען צו גאט מיטען גאנצען הארץ,

נאכדעם דארף מען צוגרייטען עסען מיט וואסער, מיט גאלד און זילבער, ווייל די דולר וועט לכאורה קראכען, ווער ס'קען זאל זיך צוגרייטען א הויז אינדרויסען פון די שטאט,

אין בעיקר זאל מען זיך היטען פין די שלש חמורות, זנות ואביזרהו, וואס דאס האט דער באשעפער זייער פיינט, אין אזוי אויך פין עבודה זרה וואס דאס מיינט פון פאלשע אמונות,

אין אסאך מתפלל זיין צו גאט אז מען זאל גיין אויפן ריכטיגען וועג, אין אז מען זאל האבען שכל וויזוי זיך צו פיהרען,

ס'איז זייער א שווערע צייט אין די היסטאריע פין די וועלט, מען דארף רחמי שמים יעדע רגע, אבער מען האלט שוין נישט ווייט פון די ענדע פון דעם קאשמאר, חאפט זיך אן אינעם באשעפער און אין זיין תורה מיט ציין און נעגעל, די נסיונות קענען רייסען אבער לאזט נישט נאך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, דער ס"ם וויל רייסען פון כלל ישראל וויפיל שטיקער ער קען, ער ווייסט אז ער גייט אראפ, אבער ער וויל נישט גיין אליינס,

האלט אייך שטארק אידעלעך, נאך אביסעלע, ס'וועט נאך זיין א שטארקע פינסטערניש, אבער נאכדעם וועט ווערן לעכטיג,

והיה לעת ערב יהיה אור, אין ווער ס'וועט זיך האלטען וועט עס דערלעבען, ווען ס'וועט זיין: במיתי לי נהורא ותחפי להון בהתא
די לעכטיגקייט וועט קומען אויף אידישע קינדער, ווען ס'וועט שוין נתגלה ווערען די כבוד פון אונזער גרויסען באשעפער אויף די גאנצע וועלט, במהרה בימינו אמן,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר