בלאט 1 פון 6
ענגליש ספעלינג און גראמאטיק
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:31 pm
דורך פידלער
די אשכול איז פאר פראגעס אדער באמערקונגען איבער די ספעלינג און ריכטיגע usage פון ענגלישע ווערטער. ס' איז דא היפש אפאר ניקס דא וואס האבן די עקספערטיז צו ענטפערן אויף די סארט פראגעס (אזוי ווי איך האב געזען אין די "לערנען ענגליש" אשכול.) ממילא -- פרעגטס!
אויף אנהייבן וועל איך אויסרעכענען אפאר common טעותים.
1. מ'ספעלט loose ווען מ'מיינט lose. די מיינונג פון lose איז צו פארלירן. Loose מיינט לויז אדער פריי, די פארקערטע פון tight.
2. מ'לייגט צו אן עקסטרע L ביי ווערטער וואס ענדיגן זיך אין ful, צוב"ש beautiful, wonderful, thoughtful, colorful
3. ס'איז דא א ווערטל: I before E, except after C אוודאי איז דא אויסנאם פעלער, אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.
Usage
Teach/Learn: די ווארט teach נוצט מען ווען איינער לערנט אויס פאר אן אנדערע. Learn איז ווען מ'לערנט פון אן אנדערע
I will teach you to do this. You will learn how to do this. You will teach me to write. I will learn how to write once you teach me the steps
Borrow/Lend: די ווארט borrow נוצט מען ווען מען בארגט פון יענעם. Lend איז ווען מ'בארגט צו יענעם.
May I borrow your book? Can you lend it to me? I will lend you my book. Feel free to borrow it anytime
איך האב געטראכט פון נאך אפאר, למשל farther/further, number/amount, realize/notice/recognize, אבער לאמיך ערשט זען אויב די עולם איז אינטערעסירט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:37 pm
דורך זר זהב
נאך א דוגמא וואו געוויסע לייגן צוויי L אנשטאט איין איז ביים ווארט altogether
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:46 pm
דורך יאיר
א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.
און shtieble
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:00 pm
דורך פידלער
יאיר האט געשריבן:א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.
און shtieble
.
Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א com
parison, נוצט מען than מיט אן A.
Re shtiebel.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:02 pm
דורך זר זהב
וויאזוי ספעלט מען דעם נאמען 'פוקס' אין ענגליש, ס'א שטיקעל פראבלעם
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:03 pm
דורך יאיר
fuchs מען פראונאונסט עס פיוקס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:03 pm
דורך פידלער
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען דעם נאמען 'פוקס' אין ענגליש, ס'א שטיקעל פראבלעם
Fuchs. וואס איז די פראבלעם?
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:04 pm
דורך זר זהב
אה, ס'מיר איינמאל אויסגעקומען עס צו דארפן ספעלן און וויזוי כאנאר פרובירט צו דרייען ביניך אלץ געווען אין פרגוד.
שכח
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:15 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר, ביזט א מאמע פוקס.
נחזור לענינינו' שכויעח פידלער פאר'ן בארייכן אונזער אשכול מיט עפעס וואס ווייניג וואלט געקענט אהערשטעלן, בכלל גיט איר צו פראפעסיאנאליזם און קלעס צו אונזער שטיבל.
מדי דברו בו, געדענק איך אז יוסי געשטעטענער האט זיך אמאל מחי' געווען ווערן ער האט געכאפט דעם ניו יארק פאוסט מיט א גרייז שרייבנדיג then אנשטאט than.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:23 pm
דורך פידלער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זר, ביזט א מאמע פוקס.
נחזור לענינינו' שכויעח פידלער פאר'ן בארייכן אונזער אשכול מיט עפעס וואס ווייניג וואלט געקענט אהערשטעלן, בכלל גיט איר צו פראפעסיאנאליזם און קלעס צו אונזער שטיבל.
מדי דברו בו, געדענק איך אז יוסי געשטעטענער האט זיך אמאל מחי' געווען ווערן ער האט געכאפט דעם ניו יארק פאוסט מיט א גרייז שרייבנדיג then אנשטאט than.
וואס איז די גרויסע מחי'? אז ער כאפט די New Yorker אדער די Times, מילא. אבער אזא piece of trash ווי די Post -- וואס קען מען שוין ערווארטן פון זיי?
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:25 pm
דורך זר זהב
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זר, ביזט א מאמע פוקס
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
אין ספעלינג און גראמאטיק זענען זיי אויך טרעש?
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:28 pm
דורך פידלער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אין ספעלינג און גראמאטיק זענען זיי אויך טרעש?
הא! א גוטע פראגע. ס'פאסט מיר נישט צו לייענען די צייטונג, סאו ווייס איך נישט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:30 pm
דורך זר זהב
דער ענטפער איז ניין. אבער ווען איינער וויל זיך פרייען ווען ער טרעפט א ספעלינג מיסטעיק וואלט עס געמאכט סענס ווען מ'רעדט פונעם טיימס
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:31 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק פידלער, איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אפאר נייע כללים.
THEN מיינט דאן.
If you want to have it then you have to come to me
THAN מיינט "ווי איידער".
I would rather choose ices than milk shake
א גוטע עצה איידער מען שרייבט עפעס סיי וואו, שרייבט עס אפ אין WORD און נוצט דעם ספעל און גראמער טשעקער.
shtiebel is the opposite of receive
the i is before the e
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:33 pm
דורך זר זהב
ניין! ביזט ראנג דאכט זיך!
If you want to have it THAN you have to come to me
THEN מיינט , און דעמאלטס בין איך געגאנגען THEN i went
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:35 pm
דורך דבילה
פידלער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א com
parison, נוצט מען than מיט אן A.
'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע
Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".
אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
נאך א סימן פאר then/than איז אז then איז א תירוץ פאר when.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:37 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ניין! ביזט ראנג דאכט זיך!
If you want to have it THAN you have to come to me
THEN מיינט , און דעמאלטס בין איך געגאנגען THEN i went
איך גלייב אז איך בין גערעכט.
יבא הכתוב הפידלער ויכריע בינינו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:38 pm
דורך געפילטע פיש
אויב מעג הכתוב הפישל אויך קומען גיב איך דיר אויך גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:40 pm
דורך זר זהב
אקעי ביניך ראנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:46 pm
דורך פידלער
דבילה האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א com
parison, נוצט מען than מיט אן A.
'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע
Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".
אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".
You'd be surprised וויפיל גוים מאכן דעם טעות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:50 pm
דורך יאיר
ענגליש קענער, דער דיפערענץ צווישן affect און effect, ביטע. (איך בין פויל צו גוגל'ען).