בלאט 1 פון 1

רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:34 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'ברייט באקאנט דעם ניגון "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט".
דא קענט איר הערן ירמי' דמן זינגט דאס אזוי הארציג
ס'איז דא אפילו אויף עברית
"רבונו של עולם, הבה נעשה עסקת חליפין...."
דער אידישע נוסח זאגט מען אז דער בארדיטשובער האט דאס געמאכט (די ניגון אויך?) די עברית האט לכאורה הברדיצ'ובי מחבר געווען. (כ'דערמאן זיך פון דא)

איך האב נישט נאכגעקוקט די מקור פון דעם, אבער איך וויל סתם פארשטיין:

וויאזוי קען מען מאכן אזא בייט?
מ'געבט פשעים חטאים אין אויסטויש פאר בני חיי ומזוני?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:48 pm
דורך איך אויך
קאוועלע דו ביסט צופיל איבערגענומן פון מרים'ס טשעט, פאר דיין טובה גיי גיב עס ארויס פון דיין סיסטעם..

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 1:23 am
דורך קינות גירושין
לענ״ד איז פשט פשוט, ווייל תשובה מאהבה ווערט דאך עס זכיות
סא, מיט דע ניגון טוט זיך דער אידעלע תשובה, מברענגט עס ארויס אויף א געשמאקע אופן

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 1:57 am
דורך לעיקוואד
עס איז פשוט, אונזער תפקיד איז דאך צו זינדיגען, כי כן דרכנו, יצר לב האדם וכו'. דער אייבישטער'ס תפקיד איז צוצושטעלן מחילה וסליחה + בני חיי ומזוני, איז בעט מען פשוט אז יעדער זאל פאלגען זיין תפקיד.

ומקרא מלא הוא, אז אויב איז אנדערש קען מען האבען טענות

(1) ספר איכה פרק ג
(מב) נַחְנוּ פָשַׁעְנוּ וּמָרִינוּ אַתָּה לֹא סָלָחְתָּ:
רש"י איכה פרק ג פסוק מב
(מב) נחנו פשענו ומרינו - זה דרכינו על ידי יצר הרע. אתה לא סלחת - ולך היתה נאה הסליחה כי כן דרכך.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:05 am
דורך קאווע טרינקער
פיין, אבער פארוואס נישט גלייך אויף גלייך?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:08 am
דורך לעיקוואד
פון יעדער לויט זיין מעגליכקייט צו יעדער לויט זיין באדארפעניש.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:09 am
דורך קינות גירושין
כהאב דורך גבלעטערט יעצט גאנץ דברי יואל און שפע חיים כקען נישט טרעפן א תירץ אויף דיין קשיא
מוז מען גיין מיטן תיקו

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:36 am
דורך פרישער
וואס טיט זיך מיטן בייט וואס מיר מאכען מיט דעים האן

מיר זאגען זה חליפתו, זה התרנגיל ילך למיתה ואנחנו נלך לחיים טובים אריכים ושלום

זעיט אויס מיט די האן גייען מיר יא גלייך אויף גלייך

אולי דעיס איז די קשיא פינעם האן פינעם בני אדם.