בלאט 1 פון 2

ראיות אסורות? א זאך פון די פארגאנגענהייט!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:25 am
דורך משה געציל
שוין יארן לאנג וואס א אפט באניצטע פראזע שטערט מיר נישט פארשטייענדיג פשוט פשט.

גרויסע העדליינס ליינען זיך אין די חרדי'שע צייטונגען; "שווערע גזירת גיוס בני הישיבה הויערט אויף די אידנטום אין ארץ ישראל היל"ת".

איז אזוי; "שווערע גזירה וכו"? אדער יא אדער ניין, דאס לאז איך איבער פאר בענדזשעמין מחליט צו זיין. "הויערט", ברויך איך אייך נישט מסביר זיין אז עס הויערט נישט ווי אליעזר עבד אברהמ'ס אייזלען האבן געהויערט העכער דעם באר אין ארם נהרים. עס איז פשוט א אידיש-געווארענע שפריכווארט זיך אויסצודריקן אויף א זאך וואס שטייט אט אט צו באטרעפן און פארלענדן דעם חרדי'שן אידנטום.

ביז אהער איז אלעס בסדר. אבער דא פאנג איך אן זיך צו פארפלאנטערן אן א געהעריגע וועג ארויס: "היל"ת" לכאורה שטיין די ר"ת פאר "היה לא תהיה"... "לא תהיה", שטימט מער ווייניגער - על אף מען קען זיך דינגען אויפן נביאות אז עס וועט נישט געשעהן, מאן יימר. באדייט דאס מער צו דעמאנסטרירן די גרייטקייט און דרייסטקייט פון די חרדים וואס זענען גרייט צו גיין שמאכטן אבי נישט צו דארפן גיין דינען אין מיליטער.

אבער די ערשטע האלב; "היה" וואס פאר א גוט קרעפל האט גע'היה'ט? איז שוין געווען אמאל א גזירת גיוס? האט מען אמאל געשלעפט אלע חרדי'שע בחורים אין בני הכולל אין מיליטער? באזירט אויף מיין היסטאריע ביכלעך איז נאך אזאנס נישט פארגעקומען אין די מדינה זייט איר קיום. דאס איינציגסטע מאל וואס כ'דענק מען האט גענומען חרדים אין מיליטער איז געווען "לצבא צבא" און אויך נישט מיט קיין געוואלדעס.

א אנדערע קעפל ליינט זיך: "א גרופע פערמאנענטע אדוואקטן האבן אונטערגענומען א קאמפיין אינעם העכערן געריכט צו צושטערן די שרעקליכע גזירת מציצה בפה וואס מעיאר בלומבערג האט אונטערגענומען אנטקעגן די חרד'ישע ציבור אין ניו יארק היל"ת".

מציצה בפה איז טאקע זייער וויכטיג, אבער וואס איז דער "היה" גא-ט אין הימל?! אינפארסירט מען שוין דען דעם געזעץ? איך לעב אין איזאלוציע? פעלט מיר עפעס וויכטיגע אינפארמאציע דא?

איז עס גאר בלשון בתמיה "היה"? לא תהיה! כלומר, וועט ווען אמאל זיין א טאג וואס מען וועט זאגן דערויף אז דער געזעץ איז ליידער אריין אין פולן קראפט און עס האט באדויערט טויזענטער אידן? אוודאי אז נישט! "לא תהיה"! מיר רופן אויס מיט א שטארקקייט: ניין מר. בלומבערג! חלום נישט אז עס וועט נאך אמאל קומען אזא טאג! מיר האבן א הבטחה פון וכו' וכו'!

דאס איז פשט? יתכן, אבער עס לייגט זיך נישט אזוי אויפן שכל צו זאגן אז עס גייט בלשון בתמיה. קודם כל ווייל עס וואלט ווען זיך נישט געליינט אין ר"ת. ועוד, מר. קול מבשר זאגט אלעס בלשון ניחותא אין איין שאס, און אז ער זאגט ווייסט ער דאך אוודאי וואס ער רעדט! אסאך מער קאמפליצירטערע ענינים - ווי אז טרעטישקאן האט זיך משדך געווען מיט באראד-שעניעוויץ - האט ער ארויס מיט א מורא'דיגע קלארקייט. איז פונקט דא זאל ער אזוי פארפארן?

אלא מאי עכ"ח וועל איך בלית ברירה מוזן מודה זיין אז עפעס אינפארמאציע פעלט מיר דא. חרדים ווערן געשלעפט אין מיליטער מאסנווייז. מציצה בפה איז לא יזכר ולא יפקד עכ"פ להלכה ולא למעשה. א"כ וועל איך נוצן דעם פראזע אויף וואס שמעקט מיר.

איך האב א שכינה זז"ג וואס ווען נישט די פאקט אז זי האט א מאן, וואלט איך איר רעזעווירט א זיץ אין ביהמ"ד הגדול אין די ימים נוראים. קולה כקול מי נפישותא... סארי, כקול גברא... (גבר/גברא טובא במשמע כקול תרי גברים, עד כדי כך שע"פ רוב אין קולה משתמעי בבחינת תרי קולי לא משתמעי...) גרביים שלה שחורים ועבים... ופניה טוחות בטיט... זכר לחורבן... שיך איז נאר פון די SAS פירמע... וכו' וכו'... איך מיין אז איך קום אריין גענוג קלאר, אויב איינער פארשטייט נישט זאל ער זיך נאכפרעגן ביי זיינע באקאנטע.

די וואך דינסטאג אזוי כחום היום מיט א שמיץ אריבער, האב איך איר געזען זיך ארומדרייען מיט א רעשוואלקע אין מיטן העלן טאג! די שכינה פילט נישט גוט פרעג איך מיין ווייב? זי פילט יא גוט. איז וואס איז פשט פון דעם רעשוואלקע סטייל מאנטל אין אזעלעכע ברענעדיגע היצן? אה, עס איז פארגעקומען א סעיל פאר פרויען ווי דער מוכר האט פארקויפט "צניעות מאנטלען" פאר פרויען אין די זומערדיגע טעג... דער מוכר האט געהאט א פלאקאט וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד: "אכטונג פרויען און מיידלעך, זייט נישט מער מכשיל די מענער מיט הארבע איסורים ווען איר גייט אויפן גאס! האנדעלט אייך איין דעם ספעציעלן דינעם זומערדיג'ן מאנטל וואס וועט זיין די בעסטע שמירה דורכאויס די זומער טעג"!

איר הערט וואס גייט דא פאר?! דער חתנ'טע דינן פלעגט נעבעך ל"ע טאג טעגליך מכשיל זיין הונדערטער בחורים מיט אינגעלייט מיט ראיות אסורות ר"ל! יאפס! "היה" עס איז נעבעך געווען!... וואס קען מען טאן???... דאס הארץ בלוטיגט טאקע... אבער הערט אייך איין טייערע אידן; פון היינט און ווייטער "לא תהיה"! וועט דאס מער נישט געשעהן! מארק מיי ווארד!

איך בין קלאר אז ווען בלעם בענטשט ווען כלל ישראל אין יארע צוויי טויזענט און דרייצן, וואלט ווען די פתחיהם שאינם מכוונים נישט פארנומען א ארט. נישט נאר די טירן זענען איינס אנטקעגן די צווייטע נאר אפילו מיין טעלער זופ וואס איך עס פאר וועטשערע האט מערערע משגיחים און משגיחות. ער וואלט ליבערשט געבענטשט כלל ישראל "שנשיהם מעילים תלבשיהם".

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:35 am
דורך איחוד פעלד
טאמער דו ווייסט טאקע נישט, היו לא תהיה, היו איז א לשון עתיד, אזוי ווי מען זאגט "זיין עס וועט נישט זיין".

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:22 am
דורך קאווע טרינקער
איינער געדענקט נאך משה געציל'ס פריערדיגע חתימה?
אפשר נעמען מיר זיך אונטער זיין קעסט? כ'מיין ס'ווערט.

יתכן אז דיין שכן/טע איז מפענח היל"ת: ה' י'רחם! ל'א ת'תורו!

בד"וו, שמעקעדיג, כנראה, שלאפט נאך, ווען נישט וואלט ער שוין געלינקט צו אן אשכול מיט אן ענדליך כותרת.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 10:00 am
דורך שמעקעדיג
הא הא.. לא ינום ולא יישן... (כאטש ביי דיר איז די מעשה אנדערש, עיי' בחתימה שלך)
איך האב שוין געטראכט צו לינקען נעכטן נאכט; אבער יענץ איז אין מאחורי, האב איך מקיים געווען דעם שב ואל תעשה.
און בכלל איז די נושא גענצליך אנדערש ווי יענץ, וועלכע איז א מוסר שמועס אויף שמירת עינים.

אגב, אנדערע לינקען אפטער ווי מיר, א שטיייגער ווי ידען, ראשעקאל און זר זהב.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 10:35 am
דורך קרעקער
ב"ה מיר זענען אויפען ווע צו די פולע מוסעלמענע לבוש
איך קען שוין זעהן די הייליגע עדווערטייזמענטס שרייען גייט אנגעטוהן ווי אינזערע אמהות שרה רבקה רחל לאה

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:06 pm
דורך טישו באקס
איך מיין אז בקרוב וועלן די אייגענע מענער אויך מער נישט נכשל ווערן דורך די אייגענע ווייבער. די זעלבע א״ג צניעות געשעפטן פארקויפן לעצטנס אזא שלאף זאאק וואס סאיז געמאכט געווארן אז בשעת די פרוי לייגט זיך שלאפן לייגט זי אריין דאס הייליג קערפער אינעם זאק אזוי טאמער ח״ו... זאל דער מאן אויך נישט נכשל ווערן. אכשר דרא!!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:25 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:בד"וו, שמעקעדיג, כנראה, שלאפט נאך, ווען נישט וואלט ער שוין געלינקט צו אן אשכול מיט אן ענדליך כותרת.

מה זה?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:34 pm
דורך איך אויך
מה זה וואס?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:36 pm
דורך משה געציל
וועליכע ארטיקל האט א ענדליכע טייטל?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:58 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:ב"ה מיר זענען אויפען ווע צו די פולע מוסעלמענע לבוש
איך קען שוין זעהן די הייליגע עדווערטייזמענטס שרייען גייט אנגעטוהן ווי אינזערע אמהות שרה רבקה רחל לאה

דו מיינסט אוודאי פאטימא זועבי און שאהידא. (להבדיל).היל"ת ה"י רח"ל לעע"ד ממומ"ז.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 4:28 pm
דורך גלות יוד
היה מיינט אז די גזירה וואס מען האט יעצט גוזר געווען וועט מער נישט געשען אבער איך האב הנאה אז פון דיינע ספקות קומט ארויס ארטיקלען

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 4:57 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז א לשון הפסוק אין יחזקאל כ', איינע פון מיינע געליבטע קאפיטעל'ן:

א ויהי בשנה השביעית, בחמישי בעשור לחודש, באו אנשים מזקני ישראל, לדרוש את-יהוה; ויישבו, לפניי. {ס}

ב ויהי דבר-יהוה, אליי לאמור. ג בן-אדם, דבר את-זקני ישראל ואמרת אליהם כה אמר אדוניי יהוה, הלדרוש אותי, אתם באים: חי-אני אם-אידרש לכם, נאום אדוניי יהוה. ד התשפוט אותם, התשפוט בן-אדם: את-תועבות אבותם, הודיעם. ה ואמרת אליהם, כה-אמר אדוניי יהוה, ביום בוחרי בישראל, ואשא ידי לזרע בית יעקוב ואיוודע להם בארץ מצריים; ואשא ידי להם לאמור, אני יהוה אלוהיכם. ו ביום ההוא, נשאתי ידי להם, להוציאם, מארץ מצריים: אל-ארץ אשר-תרתי להם, זבת חלב ודבש--צבי היא, לכל-הארצות. ז ואומר אליהם, איש שיקוצי עיניו השליכו, ובגילולי מצריים, אל-תיטמאו: אני, יהוה אלוהיכם. ח וימרו-בי, ולא אבו לשמוע אליי--איש את-שיקוצי עיניהם לא השליכו, ואת-גילולי מצריים לא עזבו; ואומר לשפוך חמתי עליהם, לכלות אפי בהם, בתוך, ארץ מצריים. ט ואעש למען שמי, לבלתי החל לעיני הגויים אשר-המה בתוכם--אשר נודעתי אליהם לעיניהם, להוציאם מארץ מצריים. י ואוציאם, מארץ מצריים; ואביאם, אל-המדבר. יא ואתן להם את-חוקותיי, ואת-משפטיי הודעתי אותם: אשר יעשה אותם האדם, וחי בהם. יב וגם את-שבתותיי, נתתי להם, להיות לאות, ביני וביניהם--לדעת, כי אני יהוה מקדשם. יג וימרו-בי בית-ישראל במדבר, בחוקותיי לא-הלכו ואת-משפטיי מאסו אשר יעשה אותם האדם וחי בהם, ואת-שבתותיי, חיללו מאוד; ואומר לשפוך חמתי עליהם, במדבר--לכלותם. יד ואעשה, למען שמי, לבלתי החל לעיני הגויים, אשר הוצאתים לעיניהם. טו וגם-אני, נשאתי ידי להם--במדבר: לבלתי הביא אותם אל-הארץ אשר-נתתי, זבת חלב ודבש--צבי היא, לכל-הארצות. טז יען במשפטיי מאסו, ואת-חוקותיי לא-הלכו בהם, ואת-שבתותיי, חיללו: כי אחרי גילוליהם, ליבם הולך. יז ותחס עיני עליהם, משחתם; ולא-עשיתי אותם כלה, במדבר. יח ואומר אל-בניהם, במדבר, בחוקי אבותיכם אל-תלכו, ואת-משפטיהם אל-תשמורו; ובגילוליהם, אל-תיטמאו. יט אני יהוה אלוהיכם, בחוקותיי לכו; ואת-משפטיי שמרו, ועשו אותם. כ ואת-שבתותיי, קדשו; והיו לאות, ביני וביניכם--לדעת, כי אני יהוה אלוהיכם. כא וימרו-בי הבנים, בחוקותיי לא-הלכו ואת-משפטיי לא-שמרו לעשות אותם אשר יעשה אותם האדם וחי בהם--את-שבתותיי, חיללו; ואומר לשפוך חמתי עליהם, לכלות אפי בם--במדבר. כב והשיבותי, את-ידי, ואעש, למען שמי--לבלתי החל לעיני הגויים, אשר-הוצאתי אותם לעיניהם. כג גם-אני, נשאתי את-ידי להם--במדבר: להפיץ אותם בגויים, ולזרות אותם בארצות. כד יען משפטיי לא-עשו, וחוקותיי מאסו, ואת-שבתותיי, חיללו; ואחרי גילולי אבותם, היו עיניהם. כה וגם-אני נתתי להם, חוקים לא טובים; ומשפטים--לא יחיו, בהם. כו ואטמא אותם במתנותם, בהעביר כל-פטר רחם: למען אשימם--למען אשר יידעו, אשר אני יהוה. {ס}

כז לכן דבר אל-בית ישראל, בן-אדם, ואמרת אליהם, כה אמר אדוניי יהוה: עוד, זאת גידפו אותי אבותיכם, במעלם בי, מעל. כח ואביאם, אל-הארץ, אשר נשאתי את-ידי, לתת אותה להם; ויראו כל-גבעה רמה וכל-עץ עבות, ויזבחו-שם את-זבחיהם וייתנו-שם כעס קרבנם, וישימו שם ריח ניחוחיהם, ויסיכו שם את-נסכיהם. כט ואומר אליהם--מה הבמה, אשר-אתם הבאים שם; וייקרא שמה במה, עד היום הזה. {ס}

ל לכן אמור אל-בית ישראל, כה אמר אדוניי יהוה, הבדרך אבותיכם, אתם נטמאים; ואחרי שיקוציהם, אתם זונים. לא ובשאת מתנותיכם בהעביר בניכם באש אתם נטמאים לכל-גילוליכם, עד-היום, {ס} ואני אידרש לכם, בית ישראל: חי-אני, נאום אדוניי יהוה, אם-אידרש, לכם. לב והעולה, על-רוחכם--היה, לא תהיה: אשר אתם אומרים, נהיה כגויים כמשפחות הארצות--לשרת, עץ ואבן. לג חי-אני, נאום אדוניי יהוה: אם-לא ביד חזקה ובזרוע נטויה, ובחמה שפוכה--אמלוך עליכם. לד והוצאתי אתכם, מן-העמים, וקיבצתי אתכם, מן-הארצות אשר נפוצותם בם--ביד חזקה ובזרוע נטויה, ובחמה שפוכה. לה והבאתי אתכם, אל-מדבר העמים; ונשפטתי איתכם שם, פנים אל-פנים. לו כאשר נשפטתי את-אבותיכם, במדבר ארץ מצריים--כן אישפט איתכם, נאום אדוניי יהוה. לז והעברתי אתכם, תחת השבט; והבאתי אתכם, במסורת הברית. לח וברותי מכם, המורדים והפושעים בי--מארץ מגוריהם אוציא אותם, ואל-אדמת ישראל לא יבוא; וידעתם, כי-אני יהוה. לט ואתם בית-ישראל כה-אמר אדוניי יהוה, איש גילוליו לכו עבודו, ואחר, אם-אינכם שומעים אליי; ואת-שם קודשי לא תחללו-עוד, במתנותיכם ובגילוליכם. מ כי בהר-קודשי בהר מרום ישראל, נאום אדוניי יהוה--שם יעבדוני כל-בית ישראל כולו, בארץ: שם ארצם--ושם אדרוש את-תרומותיכם ואת-ראשית משאותיכם, בכל-קודשיכם. מא בריח ניחוח, ארצה אתכם, בהוציאי אתכם מן-העמים, וקיבצתי אתכם מן-הארצות אשר נפוצותם בם; ונקדשתי בכם, לעיני הגויים. מב וידעתם כי-אני יהוה, בהביאי אתכם אל-אדמת ישראל--אל-הארץ, אשר נשאתי את-ידי, לתת אותה, לאבותיכם. מג וזכרתם-שם, את-דרכיכם ואת כל-עלילותיכם, אשר נטמאתם, בם; ונקוטותם, בפניכם, בכל-רעותיכם, אשר עשיתם. מד וידעתם כי-אני יהוה, בעשותי איתכם למען שמי: לא כדרכיכם הרעים וכעלילותיכם הנשחתות, בית ישראל--נאום, אדוניי יהוה.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 4:58 pm
דורך גלות יוד
בקיצור?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 5:04 pm
דורך ונבנתה העיר
לענין פשט מיינט עס 'זיין וועט עס נישט זיין', בבחינת 'לייק איהם יואב לייק'...

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:04 pm
דורך קאווע טרינקער
משה געציל האט געשריבן:וועליכע ארטיקל האט א ענדליכע טייטל?

איך לאז דאס איבער פאר שמעקעדיג.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:09 pm
דורך אבגד
ביטע אכט געבן ווען מען ברענגט פסוקים נישט צו ברענגען קיין שמות ארויסגעשריבען, ווייל עס איז דא אזעלעכע אידן וואס טרינקן קאווע אויף אזעלעכע פלעצער וואס מען טאר נישט האבן קיין שמות וד״ל

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:01 pm
דורך משה געציל
איחוד פעלד האט געשריבן:טאמער דו ווייסט טאקע נישט, היו לא תהיה, היו איז א לשון עתיד, אזוי ווי מען זאגט "זיין עס וועט נישט זיין".

קוק אין פסוק וואס נבנתה ברענגט צו שטייט דארט; "היה לא תהיה". לפי ידעתי הקט איז היה א לשון עבר.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:43 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'זעה אז אין געוויסע דרוקן שטייט 'היו', דאס איז זיכער אז עס קומט מיט א חולם אויפן יו"ד, נישט מיט א קמץ.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:48 pm
דורך משה געציל
פערצאפאל האט היינט מר. ווידער פון די קול מבשר מידיא נעץ נאכאמאל אריין געווישט א היה לא תהיה מיט א קמץ. עמיר מיזן צוקומען צום אלטן מסקנא אז דקדוק איז נישט געגעבן געווארן פאר חסידים, ווילאנג דער אויסלייג איז בערך די זעלבע קען מען טייטשן דעם ווארט בלשון; עבר, הוה, עתיד, בהעלם אחת.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:07 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:וועליכע ארטיקל האט א ענדליכע טייטל?

איך לאז דאס איבער פאר שמעקעדיג.

כ'האב געמיינט דעם אשכול
viewtopic.php?f=22&t=2412

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 9:46 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב אין עס שוין געשיקט אין אישי דאן.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:19 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שפאצירענדיג מיט מיין ווייב אין א הייסע זומער טאג אונטערן ברענדעדיגן פלאמדיגן זון האבן מיר זיך אנגעטראפן מיט איין אזא פרוי וואס איז פון די זומער-מאנטעל טראגערס גרופע. איר צניעות-מאנטל איז געווען ברייט ווי א זאק און שווארץ ווי פעך. הקיצור, זאג איך פאר מיין ווייב: נעבעך, קוק איר אן זי איז נעבעך גערירט, זי האט נעבעך נישט וואס צו טוען אין אזא הייסע זומער טאג נאר צו גיין מיט א מאנטל.
זאגט מיר מיין ווייב: איין מינוט, פאוואליע, דו אליינס ביסט נישט ווייניגער גערירט ווי זי! דו גייסט אויך אין הונדרעט דעגריעס מיט א זומער מאנטל! כ'מיין נישט ממש קיין מאנטל אבער א רעקל עכ"פ. -איך גלייב, זאגט זי, אז דיין רעקל איז דיקקער ווי איר זומער מאנטל! איז נעקסטע מאל דו רעדסט אזוי ברייט און בעטעמ'ט זעה עס זאל אויך זיין א נאה דורש ונאה מקיים.
אמאל איז א ווייב אויך גערעכט.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:33 pm
דורך קאווע טרינקער
והיינו טעמא, ווען דו קוקסט אן מיט קעלבענע אויגן דער אינגערמאן וואס שפאצירט אהיים פון בית המדרש, אין א הייסע זוממער שבת אינדערפרי, מיט א רעזוואלקע איבערן טלית...
דו, מיט דיין שטריימעל און בעקטישע, ביסטו כמעט די זעלבע משוגע.
בעסער געזאגט, ביסט די זעלבע משוגע ווי אים, ביידע זענען געצווינגען צו גיין וויאזוי זיין גייען.