קאנטרי געדאנקען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

קאנטרי געדאנקען

שליחה דורך מאטי »

איך זע דער עולם דא האט מיר געזוכט מאנכע האבן אפילו געטענה׳ט אז אויף מיר איז אויך נגזר געווארן א גזירת גירוש ר״ל וועל איך אייך ברענגען א גרוס פונעם גירוש און א דבר תורה אין איינוועגס שוין אויך.

עירובין קב עמוד ב
ואמר רב שישא בריה דרב אידי סיינא שרי והתניא אסור לא קשיא הא דאית ביה טפח הא דלית ביה טפח אלא מעתה שרביב בגלימיה טפח הכי נמי דאסור אלא לא קשיא הא דמיהדק הא דלא מיהדק.
פירוש; 
סיינא: זה שם אוהל זרק גדול הולך על ארבע, ומצוי מאוד בעיר ברוקלין אצל יהודים חרדים בעלי משפחות גדולות מאוד. ובזמן  הקיץ גזרו עליהם גזירות גירוש מבתיהם לנסוע חוץ לעיר בכמו דירה סרוחה צר ודחוק, לקיים מה שנאמר ״ואת הלחץ זו הדחק״ ואז נוהגים למלאות הסיינא עד שידו מגעת מכל הבא לידו בקופסאות הרבה, גם יותר מכפי יכולת הסיינא.

שרי: מותר גם להניח קופסאות מבחוץ על גג הסיינא וקשרי ליה בחבל אמיץ. והא קמ״ל רב שישא דלא חיישינן שמא ינתק החבל באמצע הדרך ויפול הקופסאות על הכבוש שבע עשרה.

והתניא אסור לא קשיא הא דאית ביה טפח:
פירוש ששייר טפח מגולה בהסיינא שלו באיזה חלון מאחורי, ואז יכול לבדוק כל שעה אם יש רפיון בהחבל, ועוד דאם ח״ו פרחו כמה קפסיים באויר יתוודע לו תיקף ומיד על ידי המראות הצובאות שלו.

דלית ביה טפח: היינו שמילא כל הסיינא על גדותיה בכל פינותיה ואין לו אפשרית לראות מהחלונות מה מתרחש בחוץ.

אלא מעתה שרביב בגלימיה טפח הכי נמי דאסור: ואפילו שייר ביה טפח יש לחשוש שמא באמצע הדרך יסתובבו הסיינא עם הקפסאות על ידי ״עצור קצר״ (שארט סטאפ) ואז יכסו הגלימיה את הטפח מגולה ואם כן מה העילו חכמים בתקנתו.
שרביב בגלימיה (גארמונ״ט בע״ג בלע״ז) וה״ה כל מילי בהסיינא, אלא גלימיה דבר רך הוא ומידי דנייד, ודיבר התנא בהווה.
אלא לא קשיא הא דמיהדק: החבל ואז ליכא למיגזר שמא יפלו הקופסאות.
הא דלא מיהדק: מחמת טירדות הדרך אין לו פנאי ליהדק בחזק ואז יש חשש נפילה.

שיחות זבובים ויתשים: 

פליג: מאסקיטו טייערער, דו ווייסט ס׳קומט שוין דער זימער מגיימער מער נישט זיין סתם עפעס א מיעוט המצוי.

מאסקיטו: כ׳ווייס נישט צו ס׳לוינט.

פליג: פארוואס נישט?

מאסקיטו: כ׳ווייס.. יעדעס יאר קומען זיך אן דא די פארהאסטע מענטשינגלערס און רצח׳נען פון אונז אן רחמנות ממש גזירות ת״ח ת״ט אווער ענד אווער עגעין.

פליג: נו! פארדעם האבן אונז דאך פליגלען. די ווייסט וויפיל מאל איך קוק אראפ פון אויבן נאך אן אומגעלונגענער אקציע פון א מענטשינגלער וואס פרובירט צו מארדעוון איינער פון אונזערע, און יענע האט זיך פלינקערהייט ארויסדערווישט פון זיין נעץ יוי! דאס פנים איז אים צופלאמט ער לויפט ארום א פארסאפעטער און שרייט! אוי וועליך דיר כאפן!!! וואס! ווען! ווי!מיר לאכן זיי אין אויער אריין, בזזזזזזזז בזזזזזזזזס!!!!! הא הא האהא .....

מאסקיטו: יא יא גרינג פאר דיר צו זאגן, מיר זענען נישט אזוי פלינק... יא כ׳האב מיר יעצט דערמאנט נאך עפעס... זיי האבן אזא כלי זיין וואס רופט זיך פליגען כאפער! און דאס נוצן זיי טאקע נאר פאר פליגען, אדער דרייט מען זיך ארויס אדער בלייבט מען א פגר און פערטיג.

פליג: יא יא מיר ווייסן. 

מאסקיטו: לאז מיר אויסרעדן!! דו ווייסט אבער וואס טוט זיך ביי אונז?

 פליג: ניין.

 מאסקיטו: כ׳וועל דיר זאגן. 
אויב פאלן מיר למשל ארויף אויף דעם קלעבעדיגע זיסע לאנגע געמויזאכטס, איז נאך מהיכי תיתי א מיתת נשיקה מיט א זיסן טעם אין מויל נישט געפערליך.  אבער, די לעצטע צענדליגע פאר יאר האבן אנגעהויבן צוקומען אויף א גרויסן פארנעם אזא אינטערסאנטן מין בריה, כ׳מיין זייער ענדליך צו די מעטשינגלערס, ווילד באוואקסן מיט האר און זיי דרייען זיך שטענדיג ארום מיט אזא מין שרעקעדיגע כלי זיין וואס אויב פאלט מען אריין מיט דעם איז אך און וויי!!.
דאס איז אזא שווארצע ווייעכע רינדיגע כלי משחית, אויב כאפן מיר א זעץ דערפון! ווערן מיר גלייך אזוי האלב טויט האלב לעבעדיג. אזא סארט קריפל מיט הענגעדיגע פליגלען פארדרייטע פיסלעך און א צוקוועטשטער גוף ס׳לוינט שוין צו שטארבן ענדערש אויפן פלאץ מיטן שטארקן פליגען כאפער, ווי מיט דעם שרעקעדיגן ווייעכן רינדעכיגער שווארצע שמאטע, הוי!!! אמאל אמאל בלייבן מיר אויך הענגען אויף די כלי משחית וואס איז זייער נישט בא׳טעם׳ט. 

פליג: פארוואס?

מאסקיטו: ווייל דאס האט זייער א שווערע שוויץ גערוך און צומאהל זייער שטויביג מ׳גייט דארט אויס א פיינליכער לאנגער טויט.

פליג: נו וואס איז שייך צו זאגן מ׳איז אין גלות ביי די שווארצע מעטשינגלערס......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וכבר אמרו איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיר בעטען דעם עולם וואס איז דא געבליבען דעם שבת אין שטאט זיך נישט צי רייצען אין גיסען זאלץ אויף די וואנדען פין די קאנטרי איינוואוינער מיט קשיות ווי אזוי איז געווען ענקער ערשטע שבת דארט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

People asking to send up gloves, coats and kutshmas, if anyone going up tonight let me know
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

כמיין אז די אומבאהאלפענקייט וואס משפירט זיך אין קאנטרי דאס מאכט די עולם אנגעזעצט, וואס איז די פראבלעם? סאיז קאלט? הלואי וואלט איך געהאט די פראבלעם, סאיז נישטא ווי צו גיין ווייל סרעגענט? כאילו אין שטאט קען איך יא גיין ערגעץ ווען סערעגענט, נאר משפירט זיך ווי געצווינגען און מען האט נישט קיין ברירות וואו צו זיין, מילא זאג איך פאר מיינע פארטריבענע ברודערס אין די מאונטענס: עטס זענטס ממילא דארט. האטס הנאה און אויב ווילען ענק זייער שטארק צוריק קומען, דאן טראכטס כאילו ענק זענען אין שטאט..
...
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אוי מאטי, אזא זיס שטיקעל, די גמרא אין ערובין... נו דארף מען דאך קענען די גמרא..

וויזוי פלעגט מיין רבי זאגן, אז מאיז פארגעקוקט האט עס אן אנדערן טעם...
פארשפארט