בלאט 1 פון 1

ווער האט א גוטן דעאדראנט צו רעקאמענדן?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 10:25 am
דורך DotCom
ביז יעצט טו איך אימפארטן פון אויסלאנד א געוויסע נאטורליכע דעאדראנט אבער עס קומט מיר אויס זייער טייער, איך גלייך א דעאדראנט וואס שמעקט נישט, איך האב אויסגעטרייט די פשוט'ע Secret דעאדראנט אבער עס העלפט ווי פאר א טויטן באנקעס, צו וועלכע דעאדראנט וואלט איר מיר רעקאמענדעט?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:37 am
דורך טישו באקס
אימפארטירסט פאר דיר צו ניצן אדער צו פארקויפן ווייטער?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:41 am
דורך DotCom
פאר מיר.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:48 am
דורך טישו באקס
כהאב אויך שוין פראבירט עטליכע קאמפאניס, יעצט ניץ איך antiperspirant cream פון SHAKLEE (נישט ווייל איך בין א שעקלי פאנאטישער, כבין נאר פשוט נישט געווען צופרידן פון אנדערע) און סאו פאר בין איך צופרידן.